רוי:רבי שמואל שניאורסאהן

ווערסיע פון 20:10, 31 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ר"ף" ב־"ר"פ")

רבי שמואל שניאורסאהן זצ"ל (ב' אייר ה'תקצ"ד - י"ג תשרי ה'תרמ"ג), דער פערטער רבי פון ליובאוויטש - חב"ד. באקאנט אלס "דער מהר"ש".

שטעמפּל פון רבי שמואל שניאורסאהן

אפשטאם

רבי שמואל איז געבוירן אין ליובאוויטש ב' אייר ה'תקצ"ד, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל שניאורסאהן, דער צמח צדק, א זון פון הרב שלום שכנא שניאורסאהן, א חסיד פון רבי מענדל האראדאקער, און צו זיין מוטער מרת חיה מושקא א טאכטער פון רבי דובער פון ליובאוויטש, א זון פון הרב שניאור זלמן דער בעל התניא.

רבנות

אין עלטער פון זיבן יאר האט רבי שמואל שוין געדענקט פון אויסנווענדיג תנ"ך, ביי זיין בר מצוה האט ער געקענט איבערזאגן אויסנווענדיג ששה סדרי משנה מיט דעם ספר תניא.

נאכדעם וואס זיין פאטער איז נפטר געווארן י"ג ניסן ה'תרכ"ו, האבן די חסידים זיך נישט געקענט פארגלייכן וועלכן פון די זעקס קינדער זאלן זיי אויסוועלן אלס רבי, און זאל איבער נעמען דעם פאטער'ס ארט, צום ענדע האט דער בית דין געפסקנט - לויט פארשידענע אנווייזונגען פון פאטער - אז דער יונגסטער פון די ברידער רבי שמואל זאל ווערן רבי, און איבער נעמען דעם פאטער'ס ארט.

אויסער זיין גרויסקייט אין תורה איז רבי שמואל געווען זייער טאלענטפאל, ער איז געווען שטארק אויס געקענט אין מעדיצינשע וויסנטשאפט, און פארשידענע שפראכן.

הסתלקות

אין יאר ה'תרמ"ב איז ביי רבי שמואל אנטפלעקט געווארן א שווערע קרענק אין י"ג תשרי ה'תרמ"ג איז ער נפטר געווארן, אין עלטער פון אכט און פערציג יאר, און ער ליגט אין ליובאוויטש נעבן זיין פאטער'ס ציון.

פאמיליע

ח' סיון ה'תר"ח האט רבי שמואל געהייראט בזיווג ראשון מרת שטערנא א טאכטער פון זיין ברודער רבי חיים שניאור זלמן שניאורסאהן. זי איז נפטר געווארן דריי מאנאטן שפעטער.

אין יאר ה'תר"ט האט רבי שמואל געהייראט בזיווג שני מרת רבקה א טאכטער פון זיין פעטער הרב אהרן אלעקסאנדראוו, פון שקלאוו, אן איידעם פון רבי דובער פון ליובאוויטש, דער מיטלער רבי. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם סענדער שניאורסאהן, ער איז אוועק יונגערהייט.
  • מרת דבורה לאה, די ווייב פון הרב משה אריה ליב גינזבערג פון וויטעבסק.
  • מרת חיה מושקא, די ווייב פון הרב משה הכהן הארענשטיין

זיינע ספרים

  • ספר המאמרים - תורת שמואל - אומגעפער פינף און צוואנציג בענדער.
  • אגרות קודש - בריווען.

זעט אויך

ליובאוויטש (הויף)

רעפערענצען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!