רוי:לכה דודי

ווערסיע פון 15:00, 25 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:שבת]" ב־"ריע:שבת|װ]")

לכה דודי איז א פיוט וואס אידן פירן זיך צו זינגען יעדן פרייטאג צו נאכטס ביים קבלת שבת.

עס רעדט ווי אידן גרייטן זיך צום שבת, ווי אזוי זיי זאלן זיך אפשאקלען פון די שטויב און שמוץ און זיך אנטועהן שיינע בגדים.

עס איז ווי א משל ווי א כלה גרייט זיך צו איהם גלוסטיגן חתן מקבל זיין דעם ליכטיגן שבת.

אזוי ווי ביי אידן איז דער עיקר שמחה און פרייליכקייט ווען משיח וועט קומען, רעדט דער שיר זייער אסאך ווי אזוי אידן וועלן זיך אפשאקלען פון דעם ביטערן גלות, מען וועט גיין קיין ירושלים בויען דעם בית המקדש, די שונאים פון אידן וועלן האבן א וויסטע מפלה, און מיט פרייליכקייט ווען מען ענטפאגען דעם משיח.

דער פיוט האט געשריבן א גרויסער מאן ר' שלמה אלקבץ. ער איז געווען דער שוואגער און דער רבי פון ר' משה קורדיווארי, געוואונט האט ער אין צפת און געווען פון די גרויסע מקובלים.

ער האט געמאכט פארשידענע ספרים ווי שורש ישי, מנות הלוי, אילת אהבים און נאך.