רבי משה קאהן

ווערסיע פון 04:22, 24 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (רעדאגירונגען דורך תנא קמא (שמועס) צוריקגעשטעלט צו דער לעצטער ווערסיע פון צמא לדעת)


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ באשרייבונג ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

ראש ישיבת תולדות אהרן
רבי משה הכהן קאהן
רבי משה קאהן.jpg

רבי משה הכהן קאהן (געבוירן כ"ט אדר תשי"ד) איז דער ראש ישיבה פון תולדות אהרן.

ביאגראפיע

רבי משה איז געבוירן אין ירושלים צו זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן דער רבי פון תולדות אהרן, און יענטא די איינציגסטע טאכטער פון רבי אהרן ראטה דער מייסד פון חסידות שומרי אמונים. דער סנדק ביים ברית איז געווען רבי משה יהושע האגער וויזשניצער רבי[1] ער הייסט נאך זיין עלטער זיידע רבי משה דייטש פון סיגעט.

ער האט געלערנט אין ישיבת תולדות אהרן. ער האט חתונה געהאט מיט חיה די טאכטער פון רבי יחיאל לייפער דער טעמעשוואר'ער רבי פון ירושלים.

נאך זיין טאטנ'ס פטירה חנוכה ה'תשנ"ז ווען די חסידות האט זיך צוטיילט צווישן זיינע ברידער הרב דוד קאהן און הרב שמואל יעקב קאהן האט ער זיך נישט געמישט אין די מחלוקת, אבער ער איז געבליבן אין קהילת תולדות אהרן, דעמאלטס איז ער געווארן אויפגענומען דורך זיין ברודער דער רבי צו דינען אלס ראש ישיבה פון ישיבת תולדות אהרן.

הרב משה איז אויך א חבר אין די הנהלה פון מוסדות דיסקין[מקור פארלאנגט].

פון זיינע קינדער

רבי משה האט 15 קינדער, צווישן זיי:

רעפערענצן

  1. דעמאלטס איז ער געווען דער רב פון שיכון ויז'ניץ