המכלול:שמועס בלאט

ווערסיע פון 23:29, 23 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט באוועגט בלאט המכלול:שמועס צו המכלול:שמועס בלאט אן לאזן א ווייטערפירונג)

אויפן הייך פון יעדן זייטל אין המכלול וועט איר באמערקן א שמועס טאב. דאס עפנט דעם רעדן בלאט וואס דינט פאר אלע באניצערס זיך דורכרעדן און דיסקוטירן פארשידענע מיינונגען בנוגע צום תוכן פון דעם ארטיקל.

אלע רעדן וואס האט נישט מיטן ארטיקל, זאל מען נאר שרייבן אין דעם באניצער:רעדן.

געדענקט זיך אייביג אונטערשרייבן אייער חתימה נאכן ענדיגן צו רעדן, אזוי ווייסט מען ווער רעדט.

ווען איר וועט זיין ביים רעדן זייט, וועט איר מערקן א פּלוס סימבאל (+) (אדער ביים נייעם אויבערפלאך א טאב "צושטעלן טעמע"), דאס דינט אנצוהייבן א נייעם טעמע, מיט א נייעם קעפל אינעם רעדן בלאט.

דער סימבאל ":"

אויב איר ענטפערט אויף א געוויסע הודעה אין דער רעדן-בלאט, הויבט אן די ליניע מיט דער סימבאל (:), אזוי וועט די הודעה אנפאנגען אביסל טיפער, און עס וועט זיין גרינג צו אופמערקן אז ס'איז אן ענטפער אויף די פריערע מעלדונג. ווען איר ענטפערט ווידער אויף די פריערע געענטפערטע מעלדונג, שרייבט צוויי סימבאלן (::), און די הודעה וועט זיך אנפאנגען מער טיפער, אא"וו. ווען די הודעות ווערט שוין גאר טיף, קען מען צוריק אנהויבן פון אנהייב. ווי צ.ב.:
די ערשטע הודעה...

:די טיפערע הודעה...
::די נאך טיפערע הודעה.

ווען די הודעות איז שוין גאר טיף, שרייבט מען אן סימבאלן צו אנפאנגען א נייע סעריע פון טרעפלעך.

נישט צושפרייטן א שמועס אין עטליכע רעדן-בלעטער

ווען איר הויבט אן א געוויסע שמועס וועגן א געוויסע טעמע אין א געוויסע רעדן-בלאט, זייט אייך משתדל צו ממשיך זיין די טעמע אין דער זעלבער רעדן-בלאט. אויב איר ווילט אריבערפירן די טעמע אין אן אנדער רעדן-בלאט, דארפט איר דאס אנצייכענען אין די ארגינעלע רעדן בלאט, און געבן א לינק צום נייעם רעדן-בלאט צו ממשיך זיין די דיסקוסיע.

אונטערשרייבן

אויף רעדן בלעטער איז דער שטייגער אז מען שרייבט אונטער וואס מ'האט געשריבן. מ'קען דאס מאכן מיט די סימבאלן --~~~~ דאס וועט שאפן א חתימה.

באנוצער:רעדן בלאט

באנוצער רעדן

  • ביי יעדן באניצער וועט איר טרעפן דעם בלאט דורך דרוקן דעם טעב נעבען זיין נאמען אדער איַי.פי. אַדרעס.
  • דאס איז געווידמעט איר זאלט ליינען און שרייבן אלע שאלות הערות און מעלדונגען צו אדער וועגן יענעם באנוצער.
  • איר ציל איז ארויסהעלפן דעם פראיעקט וואקסן דורך רעדן איינער צום צווייטן און אנדערע זאלן מיטהאלטן.
  • געדענקט זיך אייביג אונטערשרייבן אייער חתימה נאכן ענדיגן צו רעדן, אזוי ווייסט מען ווער און וואס רעדט.
  • צו טרעפן אייער חתימה דרוקט פשוט די טעב וואס קוקט אויס ווי א חתימה העכער די גוף פון הודעה.
  • עס איז זייער נישט שיין און מענטשליך צו מעקן אייער רעדן בלאט, אבער דערווייל איז דא א חילוקי דיעות צו מען זאל דאס פארבאטן. וויבאלד אונזער הויפט מנהל רוני איז קעגן פארבאטן צו מעקן קען מען דערווייל גארנישט טאן דערוועגן. (אויב א באנוצער איז א אויסערגעווענליכער וואנדאל און מעקט כסדר זיין רעדן בלאט זיך צו באהאלטן זיינע געמיינע וואנדאליזם, מוז מען דאס דאקומענטירן אין געמיינדע בלאט ווייל דארטן טאר קיינער נישט מעקן. און מען וועט פונקטליך קענען מיטהאלטן וואס יענער באנוצער איז אפ טו.