רבי משולם זוסיא העשל זצ"ל (ה'תקע"ג - ג' אלול ה'תרכ"ד), פון זשינקאוו.

אפשטאם

רבי משולם זוסיא איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ג, צו זיין פאטער הרב יצחק מאיר העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפטא, דער "אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת מירל א טאכטער פון הרב חיים יעקב שטראם רב אין דוקלא.

רבנות

רבי משולם זוסיא איז אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין זשינקאוו אויף זיין פאטער'ס ארט. זעכציג געמיינדעס האבן אים אויפגענומען אלס מגיד, און זיך אונטערגעווארפן אונטער זיין אויטאריטעט.

אין יאר ה'תרכ"ג האט רבי משולם זוסיא געדריקט דעם ספר אוהב ישראל פון זיין זיידן, און ער האט צוגעלייגט פארשידענע הגהות.

הסתלקות

רבי משולם זוסיא איז נפטר געווארן ג' אלול ה'תרכ"ד.

פאמיליע

רבי משולם זוסיא האט געהייראט מרת סימא א טאכטער פון הרב ישראל, אן איידעם פון הרב משה צבי פון סאווראן. זייערע קינדער:

  • מרת סאשא ביילא, די ווייב פון הרב משה שפירא פון סלאוויטא.
  • מרת רחל, די ווייב פון הרב אהרן לייב ברונפמאן פון שיטאווא.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!