רוי:בראסלעוו
בראַסלעװ אדער בראַצלאַוו (אוקראַיִניש: Брацлав בראַצלאַוו; פּויליש: Bracław בראַצואַוו) איז אַ שטעטל אין נעמיראווער ראיאן, וויניצער גובערניע, אוקראַיִנע ביים טייך דרום בוג. צוויי און א האלב שעה פארן מיט א קאר פון קיעוו קיין בראסלעוו. עס איז א קליין שטעטל. זיין באַפֿעלקערונג אינעם יאָר 1988 איז געװען 6,100.
אין בראַסלעװ האָט ר' נחמן בראַסלעװער געװױנט צווישן די יארן 1802 - 1810 (ה'תקס"ב - ה'תק"ע) און געפֿירט זײַן הױף. ווען רבי נחמן איז געקומען אהין האט ער מיט געברענגט א רב פאר דער שטאט וואס זאל פסק'נען שאלות ר' אהרן בראסלעווער. ער איז פארבליבן דארט רב, דערנאך האט אים איבערגענעומען זיין זון רבי צבי אריה בראסלעווער, דערנאך האט איהם איבערגענומען זיין זון רבי חיים בראסלעווער.
ביים נאצי חורבן איז פארטיליגט געווארן דער גאנצער בית החיים, היינט צו טאג איז גארנישט דא צו דערקענען נאר דעם אוהל און א מצבה וואו עס ליגט רבי נתן מברסלב, דאס האבן אלטע אידן וואס האבן געוואוינט אין בראסלעוו פארן וועלט קריג, דערקענט דאס פלאץ, און האבן צו געוויזן פאר דעם עסקן ישראל מאיר גבאי און ער האט עס אויפגעבויעט.