רבי אברהם צבי בעק

ווערסיע פון 17:23, 8 יאנואר 2023 דורך מוטל (שמועס | ביישטייערונגען) (דף חדש)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ תלמידים, פטירה דאטע, באלאנג, זיינע רביס, קבורה ארט, געבורט דאטע ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי אברהם צבי בעק
געבורט נירבוגאט הונגריה[[טעקע:מוסטער:פאן/הונגריה|קישור=הונגריה|גבול|22x16pxpx|הונגריה]] הונגריה
פטירה בית שמש
ספרים ויצב אברהם על התורה מועדים ותהלים
מצבה הרב בעק 1.jpg
מצבה הרב בעק 2.jpg

רבי אברהם צבי הלוי בעק (אלול תרצ"ב - ה' תמוז תשע"ח) איז געווען דער רב און אב"ד פון מאנטעווידעא, און 'עדת ישראל' אין מעלבארן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין שטעטל נירבוגאט (ניר-באגאד) אונגארן, חודש אלול תרצ"ב צו ר' ישעיה יוסף און שרה בעק, ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין ברודער הרב משה בער בעק און א שוועסטער קיין בודאפעסט און אזוי זענען זיי געראטעוועט געווארן, זיין מאמע און צוויי ברידער זענען אומגעקומען אין אושוויץ ד' סיון תש"ד. נאך די מלחמה האט ער געלערנט אין ישיבת מאור הגולה אין רוים, דארט איז ער נתקרב געווארן צו חסידות ויז'ניץ, אין יאר תש"ח איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און האט געלערנט אין וויז'ניצער ישיבה אין בני ברק, און האט גענאסן פון א געוואלדיגע התקרבות פון זיין רבי רבי חיים מאיר האגער.

דער בארימטער גבאי הצדקה רבי דוד לייב שוורץ האט אים חתונה געמאכט מיט זיין נעפיו מרת ביילא א טאכטער פון זיין שוואגער הרב משה צבי האפמאן דער שו"ב פון כפר אתא, נאך זיין חתונה איז ער געווען א מגיד שיעור אין וויז'ניצער ישיבה.

אין יאר ה'תשכ"ד איז ער געווארן אויפגענומען אלט'ס רב פון מאנטעווידעא - אורוגוויי, דארט האט ער משמש געווען ברבנות 24 יאר.

ו' תמוז ה'תשמ"ח איז ער געווארן אויפגענומען אלט'ס רב פון די צענטראלע קהילה "עדת ישראל" מעלבארן - אויסטראליע, ער איז געשטאנען אין שפיץ פון די בתי חינוך, כשרות און כולל בית יוסף[1] פון שטאט במשך 30 יאר אויפן טאג.

ט' סיון ה'תשע"ח האט רבי אברהם צבי געשריבן א בריוו פאר די בני הקהילה אז ער פלאנט צו מופן קיין ארץ ישראל וועגן זיין געזונט - צושטאנד[2][3]. פארן ארויספארן איז אפגעראכטן געווארן א מעמד פרידה[4], אויפן פליגער האט זיך זיין געזונט - צושטאנד זייער פארערגערט און מען האט געמוזט לאנדן, און מ'האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל אין האנג קאנג, ווען ער האט זיך אביסל פאבעסערט דער מצב האט מען ממשיך געווען מיט די נסיעה, און כ"ה סיון איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, ער איז איינגעשטאנען אין בית שמש ביי זיין איידעם הרב ישראל חיים קאהן, אבער בלויז נאך 10 טעג, ה' בתמוז איז ער נפטר געווארן, און איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים.

ער האט איינגעפירט צו מקדים זיין קבלת שבת און נישט רעדן ביים דאווענען און קריאת התורה, אזוי אויך אז דער חזן זאל זאגן דעם מי שברך פון תוספות יום טוב פאר די וואס רעדן נישט ביים דאווענען.

אין די לעצטע 10 טעג וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל האט ער אנגעטון דעם ירושלימ'ער לבוש.

דער רב איז געווען א הייסער וויזשניצער חסיד אנפאנג פון 'אמרי חיים' און דערנאך ביי זיינע קינדער דער ישועות משה און רבי מאטעלע פון מאנסי, און שפעטער האט ער זיך מכניע געווען פאר זיין תלמיד רבי ישראל האגער פון בני ברק, יעדעס יאר פלעגט ער קומען צופארן קיין ארץ ישראל צו וויילן א שבת אין וויזשניצער הויף אין בני ברק, א טייל פון די יארן וואס ער האט געוואוינט אין אורוגוויי איז ער געפארן אויף יום טוב שבועות צום סאטמאר'ן רב, ער פלעגט אויך זייער מכבד זיין אלע וויזשניצער אייניקלעך, און ווען א טייל פון זיי זענען געקומען קיין מעלבארן נאך געלט איז דער רב אליין ארום-געגאנגען צוזאמנעמען געלט פאר זיי ביים ציבור און ער האט נישט געקוקט אויף זיין כבוד.

ער האט מחבר געווען א ספר 'ויצב אברהם' אויף ספר תהלים[5] און נאך זיין פטירה האט מען געדרוקט די אנדערע חלקים על התורה ומועדים[6], זיין בית מדרש אין בית שמש הייסט "ויצב אברהם".

פאמיליע

וועבלינקען

רעפרענצן

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער