רוי:ברוך שור

ווערסיע פון 16:18, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט ברוך שור צו רוי:ברוך שור אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

 

ברוך שור (נפ' ניסן תרס"ד) איז געווען חזן אין לעמבערג פאר יארן לאנג, און האט אויך באזוכט אין אמעריקע.

ער איז געבוירן אין דעם שטעטל פאמארין אין מזרח גאליציע צו זיין פאטער ר' חיים משה שור, אן אייניקל פון הגאון בעל תבואות שור.

ער האט צוערשט געזינגען אינעם כאר פונעם חזן ר' בצלאל אדעסער שולזינגער, שפעטער האט ער געזינגען אלס משורר אינעם כאר פונעם בארימטן חזן ר' ירוחם בלינדמאן (הקטן) פון בארדיטשוב אןן טארנאפאל.

צו דער בר מצוה האט ער צום ערשטן מאל געדאוונט פארן עמוד אינעם שטאטישן ביהמ"ד אין לעמבערג, און אויף דעם ארט איז מיט יארן שפעטער אחרון של פסח תרס"ד אוועק אינמיטן דאווענען פון גרויס איבערגעשטרענגקייט. נאך זיין פטירה האט מען אויפגענומען אלס לעמבערגער חזן זיין קרוב ישראל שור.

ער איז געווען דער פיאניר פון רעקארדירן, וואס ער איז געווען דער ערשטער חזן וואס האט געלאזט זיין שטימע רעקארדירן אויף גראמאפאן.

זיינע מוזיקאלישע ווערק זענען ערשינען נאך זיין פטירה דורך זיינע קינדער אינעם ספר "נגינות ברוך שור".

חוץ דעם האט ער מחבר געווען צוויי ספרים: בכור שור אויף ספר בראשית און שמות, געדרוקט אין לעמבערג תרל"ג. און יתרון לחכמה געדרוקט אין לעמבערג תרל"ד.

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!