רוי:אויבער עסטרייך
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט. | |
שמועס |
|
אויבער עסטרייך (דייטשיש: Oberösterreich) איז א פעדעראלע לאנד אין דעם נארדליכן טייל פון עסטרייך. זיינע נאכבארן זענען: דייטשלאנד און טשעכיי פון צפון מערב, נידער עסטרייך פון מזרח, און שטיריע מיט זאלצבורג פונעם דרום. אין הינזיכט פון געביט גרייס, אויבער עסטרייך איז דאס פערטע גרעסטע פעדעראלע לאנד אין עסטרייך, און אין באצוג פון באפעלקערונג, דאס דריטע. זיין טאטאלער פלאך איז 11,980 קוואדראט קילאמעטער, און זיין באפעלקערונג ציילט אפ 1.3 מיליאן איינוואוינער.
געאגראפיע
אויבער עסטרייך האט אנטייל אין דריי גרויסע נאטור-רוימען. פון דעם צפון ביזן דרום טרעפט מען אין אויבער עסטרייך א געאלאגיש-לאנדשאפטליכע איינטיילונג וואס ציעט זיך ווייטער צו דער מערב'דיגער ריכטונג ביז בייערן פון איין זייט, און צו דער מזרח'דיגער ריכטונג ביז נידער עסטרייך פונעם אנדערן זייט.
דאס "מילפירטל" (איינע פון די פיר פערטלן פון אויבער עסטרייך) באצירק, וועלכע געפינט זיך צפון פונעם דוניי טייך מיט נאך פיר סעקציעס וועלכע ליגן דרום פונעם טייך געהערן צו "גראניט און גנייסהוכלאנד" - איינער פון די פינף גרעסטע לאנדשאפטן פון עסטרייך וואס איז רייך מיט אן מיט אטעם-כאפנדיגן אויסזיכט.
קלימאט
קלימאטיש, אויבער עסטרייך געפינט זיך אין דער זאנע פונעם צענטראל אייראפעישן קלימאט-איבערגאנג. אויף גרונד פון דער לאקאציע פון אויבער עסטרייך אין דעם נארדליכן עק פון די אלפן בערג, דאס וועטער איז באדייטליך באיינפלוסט פונעם אטלאנטישען אקעאן. דער צענטראלער רוים צייגט א ווארממעסיגע און א שטארקליך-פייכטע וועטער. דער דרומ'דיגער חלק ליגט אין דער זאנע פון אן אויסגעשפראכענעם צפונ'דיגן פארקער-שטאו (ענגליש: Traffic jam, העברעאיש:פקק תנועה), און פונדעסטוועגן, דער חלק פארמאגט דעם העכסטן רעגנפאל אין גאנץ עסטרייך. אין אלגעמיין, דער קלימאט אין אויבערעסטרייך איז מעסיג און קאנטינענטאליש. די דורכשניטליכע טעמפעראטור איז אומגעפער 7-9 צעלזיוס, און אויף דער הייך, אין די בערג וואס זענען העכער ווי 2,000 מעטער, די דורכשניטליכע יערליכע טעמפעראטור איז אומגעפער 1- צעלזיוס. די יערליכע נארמע פון נידערשלאגן באוועגט זיך צווישן 750 ביז 800 מילימעטער, צופיסנס פון די אלפן בערג דעגרייכען די נידערשלאגן ביז 1,000 מילימעטער, און אין פלעצער וואס זענען העכער ווי 1,500 מעטער קומען אן די נידערשלאגן צו אומגעפער 2,000 מילימעטער יערליך. שניי אין בערגליכע געגנטער און רוימען האלטן זיך פאר בערך 7-8 מאנאטן.
אדמיניסטראטיווע-איינטיילונג פון באצירקן , געמיינדעס און סטאטוטאר-שטעט
לויט דער היינטיגער פארוואלטונג'ס-איינטיילונג איז דאס פעדעראלע לאנד אויבער עסטרייך געטיילט ווי פאלגנד:
- 3 סטאטוטאר-שטעט (שטעט וועלכע פארמאגען אן אייגענעם סטאטוס): לינץ, שטייער און וועלס.
- 15 פאליטישע באצירקן ווי פאלגנד:
- ברוינוי אם אין (Braunau am Inn)
- עפערדינג (Eferding)
- פריישטאט (Freistadt)
- גמונדן (Gmunden)
- גריזקירכן (Grieskirchen)
- קירכדארף אן דער קרעמס (Kirchdorf an der Krems)
- לינץ-לאנד (Linz-Land)
- פערג (Perg)
- ריד אים אינקרייז (Ried im Innkreis)
- ראהרבאך (Rohrbach)
- שערדינג (Schärding)
- שטייער-לאנד (Steyr-Land)
- אורפאר-אומגעבונג (Urfahr-Umgebung)
- פאקלאברוק (Vöcklabruck)
- וועלס-לאנד (Wels-Land)
דערצו עס זענען פאראן אין אויבער עסטרייך 442 פאליטישע געמיינדעס.
באפעלקערונג
לויט שעצונגען פונעם עסטרייכישן קאנצאנזוס ביורא (ריכטיג פאר יאר 2016).די צאל איינוואוינער אין אויבער עסטרייך. ארום 200,000 פון די בירגער וואס זענען 14% פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג אין אויבער עסטרייך ווואוינען אין לינץ (אומגעפער יעדער זיבעטער איינוואוינער פון אויבער עסטרייך) וועלכע איז די דריטע גרעסטע שטאט אין עסטרייך נאך וויען און גראץ. די ענגקייט פון דער באפעלקערונג איז 121 מענטשן פאר איין קוואדראט קילאמעטער. ארום 16.7% פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג פון עסטרייך איז קאנצענטרירט אין אויבער עסטרייך. אין באצוג פון באפעלקערונג פון אלע ניין פעדעראלע לענדער פון עסטרייך, אויבער עסטרייך נעמט דעם דריטן פלאץ נאך נידער עסטרייך וועלכע פארמאגט 1,653,000 באוואוינער, און וויען (די שטאט מיטן לאנד) וועלכע בלייבט אימער אויפן ערשטן פלאץ און רעכנט אויס א צאל פון ארום 1,841,000 איינוואוינערס. אין הינזיכט פון באשעפטיגונגען, ארום 700,000 מענטשן פארמאגען אן ארבעט. די צאל פון זיבן הונדערט טויזנט באשטייט פון: 61% וועלכע ווערן באשעפטיגט אינעם געביט פון האנדל און טוריזם, 33% אנגעשטעלטערס ארבעטן אין אינדוסטרילע פאכן און 6% זענען באשעפטיגט אין לאנדווירטשאפטליכער ארבעט. עס איז פאראן אין אויבער עסטרייך אויך א נישט קיין מבוטל'דיגע צאל פון איינוואנדערער וועלכע קומען פון דייטשלאנד, באסניע און הערצעגאווינע, סערביע, פלוכטלינגען פון סיריע, ווי אויך אימיגראנטן פון א טערקישער הערקונפט. די גרויסע מערהייט פון דער באפעלקערונג אין אויבער עסטרייך געהערט צו דער קאטוילישער קירכע, און די מינערהייט געהערט צו אנדערע שיכטן פון קריסטנטום און אויכעט צו אנדערע רעליגיעס.
היסטאריע
צום ערשטן מאל, דער נאמען "אויבער עסטרייך", איז ערשינען אין 1624, אין באצוג צו א געגנט וואס האט זיך געפינען העכער דעם ענס טייך, און וועלכע איז באשטימט געווארן דורכן קעניג אטאקאר דער צווייטער פון בעהמען. דער עמטליכער נאמען וואס איז באשטימט געווארן פאר דער געגנט איז "Osterreich ob der Enns" וואס אויף אידיש באדייט: "עסטרייך אויפן ענס טייך".
.
אין יאר 1490 האט דאס לאנד באקומען אומאפהענגיגקייט, אבער שפעטער איז דער אומאפהענגיגקייט סטאטוס אוועקגענומען געווארן דורך די האפסבורגערס וועלכע האבן איינגענומען דעם לאנד, גענוי אזוי ווי פילצאליגע אנדערע פלעצער וואס זיין האבן איבערגענומען דורך זייערער הערשאפט. ווען עסטרייך איז איינגעשליסן געווארן צו נאצי דייטשלאנד אין דעם "אנשלוס" פלאן דורך דעם ארכי-מערדער אדאלף היטלער, איז דער נאמען פונעם לאנד איבערגעטוישט געווארן צו "רייכסגאו פון אויבער דוניי", און נאך דער מלחמה האט דאס לאנד ווידער באקומען זיין אורשפרינגליכן נאמען "אויבער עסטרייך". ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט, איז אויבער עסטרייך אריינגעגרעכנט געווארן אין דער אמעריקאנישע באזעצונג געגנט. היינט צו טאגס אויבער עסטרייך ווערט פארעכנט אלס דאס פירנדיגע אינדוסטריעלע לאנד אין עסטרייך. זייט יאר 2009 אומגעפער א פערטל פון די עקספארטן קומען ארויס פון אויבער עסטרייך.
ווירטשאפט
אינדוסטריע
אויבער עסטרייך ווערט באטראכט אלס דער וויכטיגסטער אינדוסטריעלער רעגיאן אין עסטרייך. מער ווי 700 גרויסע אונטערנעמען און געזעלשאפטן געפינען זיך דארט. די אנטייל פון אינדוסטריעלער פראדוצירונג אין אויבער עסטרייך באטראגט אומגעפער 23%. די הויפטזעכליכסטע און מערקווערדיגסטע אינדוסטריעלע צענטרן פון אויבער עסטרייך זענען: לינץ, בראונאו אם אין, ענס, וועלס, טראון, גמונדן און שטייער. די הויפט צווייגן פון אינדוסטריע זענען : שטאל, צעל-שטאף אינדוסטריע (דייטשיש: Zellstoffindustrie) (ענגליש: Cellulose industry ), מאשינען בוי, מעטאלורגישע מעטאל און נאך. די ווירטשאפט פון אויבער עסטרייך איז געשטעלט פון א קאמבינאציע וואס גלידערט איין אין זיך ריזיגע בארימטע אונטערנעמען און אויסער דעם נאך פילצאליגע אנדערע מיטלמעסיגע און קליינע געזעלשאפטן. איבער 42 טויזנט פירמען זענען טעטיג אין אויבער עסטרייך. דער אנטייל פון אויבער עסטרייך אין ברוטא אינלענדישער פראדוקט שטייט אויף 16%, און ביי דער אהערשטעלונג פון אינדוסטריעלע-גיטערן 22%. דער פירנדע ווירטשאפט-צווייג איז דער דינסט-לייסטונג סעקטאר. ארום 44% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט ווערן דווקא אין דעם סעקטאר פראדוצירט. דער טייל פון דער אינדוסטריע שטייט אויף 30%. צווישן די פירנדע צווייגן פון אינדוסטריע זענען: שטאל, כימיע און מעטאל אינדוסטריע - ווי אויך מאשינען-בוי, וואס ברענגען ארויס 58% פון אלע אינדוסטריעלע-גיטערן אין אויבער עסטרייך און 60% פון די באשעפטיגטן און אנגעשטעלטע אין דעם געביט. דערצו שפילן אויכעט א באדייטנדע ראלע די צעל-שטאף אינדוסטריע און די נארונג-אינדוסטריע. אין לינץ למשל, געפינט זיך די גרסטע שיפבויעריי אין גאנץ עסטרייך. די גרעסטע אונטערנעמען און געזעלשאפטן פון אויבער עסטרייך זענען ווי פאלגנד: Fest-Alpine Stahl (שטאל און ענדליכע פראדוקטן), Siemens FAI (אויסשטאטונג פאר דער הוטעס אינדוסטריע), BMW Motoren (מאטארן פראדוצירונג), Habau (קאנסטרוקציע און נאך צוגעהעריגע גיטערן) און Steier-Motors (ערצייגונג פון דיזל מאטארן).
טוריזם
די יערליכע צאל פון טוריסטן וועלכע באזוכן אויבער עסטרייך, איז מער ווי זיבן מיליאנען. די וויכטיגסטע טוריסטישע צענטרען ליגן אין זאלצקאמערגוט. לויט אן אומפראגע די באליבסטע אורלויב ערטער זענען סאנקט וואלפגאנג, שאלערבאך און האלשטאט. סקי ערטער, פערדן, פולשטאנד פון אזערעס, טייכלעך, בערג און וועלדער זענען ווייט אנטוויקלט אין אויבער עסטרייך. די דאזיגע אינדוסטריע איז א וועזענטליכער זייל פון ווירטשאפט. געמעסען ביי דער צאל פון איבערנעכטונגען פון אויסלענדישע טוריסטן, ליגט דאס לאנד אויף דעם פערטן פלאץ אין גאנץ עסטרייך. באזונדער, ציעט אויפמערקזאמקייט ביי די טוריסטן דער בארומטער ספא און אפרו געגנט זאלצקאמערגוט, וואס איז באליבט הויפטזעכליך צוליב זיינע אזערעס, נאצינאלער-פארק און נאך. אויף דער טעריטאריע פון אויבער-עסטרייך עס זענען פאראן פילצאליגע היסטארישע און קולטורליכע טוריסטישע ערטער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!