רוי:טראון (שטאט)
|
טראון (דייטשיש: Traun) איז א שטאט אין דעם פעדעראלן לאנד אויבער עסטרייך אין עסטרייך. איר דרומ'דיגער חלק איז געבויט אויפן טראון טייך. די באפעלקערונג פון טראון באשטייט פון אומגעפער 25,000 איינוואוינערס, און איר שטח ציעט זיך אויס אויף 15.49 קילאמעטער.די שטאט האט באקומען איר נאמען צוליב דעם פאקט אז זי געפינט זיך גראדע אויף דעם טראון טייך. דער נאמען שטאמט פון דעם קעלטישן ווארט טראון וואס ווערט איבערגעטייטשט ווי א טייך.
געאגראפישע דאטן
די שטאט געפינט זיך אין א הייך פון 273 מעטער, אין דעם לינץ פראווינץ און מערב פון דער שטאט לינץ. די לענגאויס פון דער שטאט פונעם צפון צו דעם דרום איז 6.5 קילאמעטער, און פון מערב צו מזרח 5.1 קילאמעטער. דער שטח פון דער שטאט ווערט אויסגעצויגן אויף א פארנעם פון 15.49 קילאמעטער, ווען 11.7 פונעם שטח איז באוועלדערט.
היסטארישע איינצלהייטן
קברים וואס זענען אנטדעקט געווארן אין דער געגנט פון דער שטאט, לויט ארכעאלאגישע אויסגעפינסן און אפשאצונגען באווייזן אז ס'איז געווען דארט א יישוב וואס פלעגט עקזיסטירן נאך אין דער נייער שטיין עפאכע. אין דער זעקסטער יארהונדערט פאר דער קריסטליכער ציילונג, זענען די בייערישע זידלערס אהינגעקומען וואוינען. 21 מאי 1973 האט טראון באקומען רעכטן און פולבאמאכטונגען פון א געהעריגער שטאט.
ווירטשאפט
דורך פילצאליגע יארן דורך דער היסטאריע, די ווירטשאפט פון דער שטאט האט זיך באזירט הויפטזעכלעך אויף פיש פאנג און מאלונג פון מעהל. אנפאנג פון דעם צוואנציגסטן יארהונדערט, האט זיך אנטוויקלט אין דער שטאט די אינדוסטריע פון פאפיר און קליידונג.
פאליטיק
דער יעצטיגער בירגערמייסטער פון טראון איז האראלד זיידל פון דער עסטרייכישער סאציעל-דעמאקראטישער פארטיי, וועלכער דינט אין זיין אמט זייט יאר 2003. זייט 1994 די שטאט רעכנט זיך אלס א "פריינדליכע שטאט פאר ביציקלעך" און דערצו איז זי א מיטגליד פון דער פארייניגונג פון די עסטרייכישע שטעט וואס זענען "די פריינד פון קלימאט". זיי זענען טעטיג אין אויפהיטן דעם ריינעם קלימאט און לופט, און די קוואליטעט פון דער אומגעבונג.
מערקווערדיגע ערטער און געביידעס פון דער שטאט
- די עוואנגעליסטישע קירכע.
- די געמיינדליכע ארטיגע קירכע פון טראון.
- דער טראון שלאס (דייטשיש: Traun schloß) - א שלאס וואס איז אויפגעבויט געווארן אינעם צוועלפטן יארהונדערט, וואס באדינט אלס א קולטורער צענטער, וועלכער אנטהאלט אין זיך פארשידענע מוזעאומס.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!