רוי:איסיים

ווערסיע פון 09:38, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וווי" ב־"וואוי")

איסיים (גרעכיש: Ἐσσηνοί, Ἐσσαῖοι, צי Ὀσσαῖοι) איז דער נאָמען, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן היינט אין העברעאיש און אויך אין דער יידישער שפּראך צו באַצייכענען אַ סעקטע פון זייער פרומע אידן אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש. דער ריכטיקער נאָמען פון דער דאָזיקער סעקטע איז נישט גענוי באַקאַנט.

די סעקטע ווערט דערמאָנט אין די ביכער פון יידישן פילאָזאָף פילאָן און פלאַוויוס יאָסיפוס, וועלכע האָבן געלעבט צום סוף פון 2טן בית המקדש. אין זייערע ביכער ווערן די איסיים אָנגערופן אויף גריכיש "עסעאָאי" און אויך "עסנאָאי"; אויף לאַטיין ביי פּליניוס הייסן זיי "עסעני". וועגן דער באַדייטונג און אָפּשטאַמונג פון דאָזיקן נאָמען איז פיל געשריבן געוואָרן. טייל גלויבן, אַז דאָס שטאַמט פון אַראַמעאישן וואָרט "אַסיאָ" (דאָקטאָר). ווייל די איסיים פלעגן זיך אויך פאַרנעמען מיט היילן קראנקע. אַנדערע מיינען, אז דאָס שטאַמט פון וואָרט "חסא", וואָס איז אין דער אַלטסירישער שפּראך דער טייטש פון חסיד. טייל ווילן געפינען אין דעם וואָרט דאָס העברעאישע "צנוע", און דערפון זאָל האָבן געוואָרן אין גריכיש דאָס וואָרט "עסנאָאי"; ווירקלעך געפינען מיר אין דער גמרא דאָס וואָרט "צנועים" צו באַצייכענען זייער פרומע מענטשן.

גלויבנס

וואָס איז געווען די לערע פון די איסיים? אויך דאָס איז נישט גענוי באַקאַנט, הגם פילאָן און יאָסיפוס שרייבן יאָ און זאָגאַר אויספירלעך וועגן דעם; אָבער דאָס וואָס זיי שרייבן איז נישט זיכער, ווייל די איסיים האָבן געהאַלטן זייערע לערעס אין געהיים. פלאוויוס דערציילט (אין דין אויטאָביאָגראפיע), אַז ער איז געווען ביי זיי אַ קורצע צייט, אָבער דאָס איז געווען וויעיק, כדי זיך צו באַקענען גענוי מיט זייער לערע.

אין אַלגעמיין ווייסט מען, אָז די איסיים האָבן געפירט אַ זייער פרום און מיליק לעבן. זיי האָבן נישט געוואוינט אין די שטעט און נישט פארנומען זיך מיט האַנדל, ווייל זיי האָבן געהאַלטן, אַז דאָס פירט צו שווינדל און צו אַ נישט ערלעך לעבן. זיי האָבן דעריבער געוואוינט נאָר אין די דערפער. און ווי ווייט מעגלעך האָבן זיי איבערהויפּט געוואוינט אָפּגעזונדערט פון די אַרומיקע מענטשן, אַמייסטן אין די ווילדערע געגנטן פון טייך ירדן. זיי האָבן באַאַרבעט די ערד און זיך פאַרנומען מיט מלאכה. געפירט האָבן אַלע איסיים איין בשותפותדיקע קאַסע, אַ סאָרט קאָמונעלעבן. אַ סך געלערנטע האַלטן אַז די איסיים זענען געווען זיי וועלכע האָבן געוואוינט ביים ים המלח אין קומראן, און האָבן געשריבן די ים המלח מגילות.

יעדנס פאַרמעגן האָט געהערט צו אַלע מיטגלידער. וויפיל איינער האָט פאַרדינט האָט ער אַריינגעטראָגן אין דער אַלגעמיינע קאַסע פון דער סעקטע און מיט דער קאַסע האָט אָנגעפירט אַ ספּעציעל דערוויילטער פאַרוואלטער. אַלע האָבן געגעסן צוזאַמען, געוואוינט צוזאמען, און ציוישן זיי האָט געהערשט אַן אויפריכטיקע פריינטשאַפט. קיין קרבנות אין בית המקדש האָבן זיי נישט געבראכט, ווייל זיי זענען געווען קעגן טויטן לעבענדיקע באַשעפענישן. דאַקעגן פלעגן זיי שיקן אין בית המקדש קטורת (שמעקעדיקע גראָזן). זיי האָבן, וואַרשיינליך, נישט געגעסן קיין פלייש און נישט גיטרונקען קיין וויין. דער הויפּטשטריך זייערע איז געווען, וואָס זיי האָבן, אין גרעסטן טייל, נישט חתונה געהאַט און נישט געפירט קיין פאַמיליע־לעבן מיט קיין פרוי; אין זייער געזילשאַפט פלעגן זיי צונעמען פרעמדע יונגע מענטשן און זיי מחנך זיין אין זייער לעבן. שבת האָבן זיי אָפּגעהיטן מיט דער אומגעוויילעכסטער גענויקייט, און אַ גאַנצן טאָג פלעגט זייער עלטסטער לערנען פאַר זיי פון זייערע ספרים. זיי האָבן זיך טובל געווען אינדערפרי און מתפּלל געווען מיט דער זון־אויפגאַנג.

וועגן זייערע לערעס גיט איבער יאָסיפוס, אז די איסיים האָבן געגלויבט, אז אַלץ איז פון גאָט, אז דער מענטש האָט נישט קיין פרייען ווילן און אַלץ וואָס געשעט מיט אים איז אַזוי נגזר געוואָרן פון גאָט. זיי האָבן געגלויבט, אַז נאָכן טויט ווערט די נשמה באַפרייט פון קערפּער, ווי אַ פויגל וואָס פליט אַרויס פון שטיע. די איסיים האָבן געלערנט ליב צו האָבן גאָט, צו באַזיגן דעם יצר הרע און ליב צו האָבן מענטשן, נישט צו זיין פאַלש, נישט צו שווערן נאָר זאָגן יאָ — יאָ, ניין — ניין, נישט אונטערצודריקן קיינעם. זיי האָבן אויך נישט אַנערקענט קיין קנעכטשאַפט, ווייל זיי האָבן געהאַלטן, אז אַלע מענטשן זענען באַשאַפן געוואָרן גלייך. זיי האָבן געהאַט געהיימע ספרים, וואָס האָבן אַנטהאַלטן לערעס וועגן דער געטלעכקייט ("מעשה מרכבה" פון דער משנה) און אויך וועגן דער וועלט־שאַפונג (מעשה בראשית). די איסיים האָבן אויך געקענט רפואות דורך פאַרשידענע קרייטעכצער ווי אויך דורך אָפּשפּרעכן מיט הייליקע שמות פון מלאכים. טייל איסיים האָבן אויך געזאָגט נביאות וועגן געשעענישן פון דער צוקונפט, און יאָסיפוס דערציילט, אַז די נביאות זענען מקוים געוואָרן.

אין שפּיץ פון זייער אָרגאַניזאַציע איז געשטאַנען דער פירער, און אלע האָבן געמוזט אים געהאָרכזאַם זיין. ווען איינער האָט געוואָלט אָנקומען אין זייער חברה האָט ער געמוזט צוערשט דורכגיין אַ פּראָבע. דער נייאָגגעקומענער האָט באַקומען דריי זאַכן: אַ לאָפּאַטע צו גראָבן ערד, אַ פאַרטוך און אַ ווייסן כאַלאַט. די ערשטע פּראָבע האָט געדויערט אַ יאָר. אויב ער האָט אויסגעהאַלטן האָט מען אים געפּרואווט נאָך צוויי יאָר און דערנאָך טובל געווען און גענומען פון אים אַ שבועה, אז ער וועט נישט אויסזאָגן קיינעם די סודות פון דער געזעלשאפט, און ער איז געוואָרן א מיטגליד. די מיטגלידער האָבן, לויט פלאַוויוס יאָסיפוסן, זיך געטיילט אין 4 שטופ: 1) קינדער, 2) די דערוואַקסענע אין דער ערשטער פּראָבע־צייט, 3) דערוואַקסענע אין דער צווייטער פּראָבעצייט, 4) די פולשטענדיקע מיטגלידער. אין זייער גרויסער אַכטונג האָבן זיי געהאַלטן משה רבנו, און עס ווייזט אויס, אז משה רבנו האָט געדינט פאר זיי אַלס סימבאָל פון זייער לעבן. זייער צאָל זאָל האָבן באַטראָפן אין דער צייט פון פילאָן לערך 4000. זיי האָבן געוואוינט אַמייסטן אין ארץ־ישראל.

אַנטשטייונג

ווען די איסיים סעקטע איז אַנטשטאַנען איז נישט באַוואוסט. טייל מיינען, אַז דאָס איז גאָר אַן אַלטע סעקטע, וואָס שטאַמט נאָך פון די צייטן פון 1טן בית המקדש, מעגלעך פון די "בני רכב" וואָס ווערן דערמאָנט אין ספר מלכים און אין ירמיה ל"ה אז זיי האָבן געפירט אַ באַשיידן לעבן, ווי אויך פון די "אביונים", וואָס האָבן געהאַלטן, אז אַלע מענטשן זענען גלייך (וועגן די "אביונים" שרייבן מיר אין זוכוואָרט "אביונים"). לויט דער מיעונג פון אייזיק הירש ווייס אין "דור דור ודורשיו" זענען די איסיים אַנטשטאַנען באַלד אין אָנהויב פון צווייטן בית המקדש, פון זייער פרומע אידן, חסידים און זייער אָפּשיידנקייט פון דער וועלט און פרומקייט האָט זיך נאָך מער פאַרשטאַרקט אין דער צייט פון די חשמונאים (אין דערמיט פון 2טן בית המקדש) ווען עס איז געפירט געוואָרן דער קאַמף קעגן די גזירת שמד אויף אידן. דאָס ערשטע מאָל ווערן דערמאָנט די איסיים אין דער צייט פון חשמונאים־פירשט יונתן, און דערנאָך ווערן זיי שוין דערמאָנט ביי יאָסיפוסן כסדר, דורך דער גאַנצער צייט פון דער 2טער העלפט פון 2טן בית המקדש, סיי אין זיין בוך "מלחמת היהודים" סיי אין זיין "אלטערטימער". נאָכן חורבן פון 2טן בית המקדש ווערן די איסיים ווייניקער דערמאָנט, און וואַרשיינלעך באַלד דערנאָך זענען זיי פאַרשוואונדן געוואָרן.

איסיים אין קומראן?

פליניוס דער עלטערער האָט רעקאָרדירט אז איסיים האָבן געוואוינט ביים ים המלך. א סך דאָקומענטן ווערן אנטדעקט געווארן ביי קומראן לעבן ים המלך. די חבורה וועמענס מיטגלידער האָבן אָנגעשריבן די דאָקומענטן זענען געווען ווי וואס היסטאָריקערס ווייסן וועגן די איסיים. דעריבער, מיינען א סך היסטאָריקערס אז די קומראנערס זענען איסיים, לפּחות א מין איסיים.

די איסיים אין ספרי חז"ל

וועגן דער באַציאונג פון די חכמים אין דער משנה און גמרא צו די איסיים אין די מיינונג ביי די געלערנטע היסטאָריקער צעטיילט. טייל ווילן האָבן, אז די איסיים ווערן דערמאָנט אין דער גמרא צום גוטן, און דאָס זאָלן זיין די "חסידים הראשונים" אין דער משנה ברכות פּרק ה', די "ותיקין" (ברכות ט'), די "טובלי שחרית" (תוספתא ידים), ווי אויך די צנועים. אַנדערע און צווישן זיי אייזיק הירש ווייס האַלטן, אז די חכמי המשנה זענען געווען קעגן די איסיים, און אז קעגן זיי האָט מען דאָס מתקן געווען די תקנות פון טרינקן וויין ביים בענטשן (ברכות נ"א), מען מעג מטלטל זיין כלים אין שבת (שבת קכ"ב), און די ווערטער אין דער גמרא יבמות ס"ב אז יעדער מענטש מוז חתונה האָבן, ווי אויך די משנה אין סנהדרין פּרק י' "הלוחש על המכה אין לו חלק לעולם הבא" (אז דער וואָס שפּרעכט אָפּ א קראַנקייט וועט נישט קאָבן קיין חלק לעולם הבא).

נאָכן חורבן פון בית המקדש

אלטע היסטאריקערס האבן געהאלט אז די ערשטע קריסטליכע לערעס שטאַמען פון די איסיים. די פּלע איבערמאָראַליזירנדע שפּריכווערטער פון עוואַנגעליום וועגן דעם, אז איינער וועט דיר דערלאַנען אַ פּאַטש אין איין באַק, זאָלסטו אונטערשטעלן די צווייטע, וועגן די אָרימע און דערנידריגטע, וואָס זיי געהערט דאָס קעניגרייך פון הימל, שטאַמען לויט די היסטאריקערס, פון די איסיים. גרעץ גייט זאָגאַר אזוי ווייט, אז ער זאָגט, אז ישו הנוצרי און זיין לערער יוחנן המטבל זענעך געווען איינפאַך איסיים (דערפון האָט געשטאַמט דאָס וואָס יוחנן האָט טובל געווען זיינע מענטשן אין ירדן). גרעץ פירט אַדורך אַ גרינטלעכן אַנאַליז פון די ערשטע לערעס פון עוואַנגעליום און די ענלעטע לערעס טון די "איסיים" צום סוף פון 9טן באַנד פון גרעץ אין העברעאיש. היינט מערסטע היסטאריקערס, אבער נישט אלע היסטאריקערס, מיינען אז די איסיים האבן פארשווינדן אינגיכן נאָכן חורבן פון 2טן בית המקדש.

קוואַלן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!