רוי:בנימין זאב הערצל

ווערסיע פון 23:56, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "לעכער" ב־"ליכער")
Theodor Herzl.jpg

בנימין זאב טעאדאר הערצל (דייטשיש: Theodor Herzl; אונגעריש: Herzl Tivadar‏; 2טן מיי, 1860 - 3טן יולי, 1904) איז געווען א דיפּלאָמאַט און א אידישער שרייבער.

ער איז דער ערפינדער פון פּאָליטישער ציוניזם און גרינדער פון דער אלוועלטליכער ציוניסטישער באוועגונג.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געוואָרן אין בודאַפּעשט, צו זיין פאטער יעקוב און אנט, געלערנט יוריספּרודענץ אין ווין, געשריבן דערציילונגען, פעליעטאָנען און פּיעסעס.

צווישן - פון די יאָר 1891 ביז צו די יאָר 1895 איז ער געווען דער רעפּאָרטער פון די ווינער צייטונג "נויע פרייע פּרעסע" אין פּאַריז. און אין יאר 1897 האט ער געגרינדעט א ציוניסטישע צייטונג "די וועלט".

אין 1896 האָט ער פאַרעפנטלעכט דעם העפט "ייִדנשטאַט" אין דייטש און אָנגעהויבן זיינע פּאָליטישע אָרגאַניזירונג אַקטיוויטעט.

אין אויגוסט 1897 האָט ער צונויpגעזאַמלט דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל וואוּ די "באַזעל פּלאַן" איז אָנגענומען געוואָרן און די אלוועלטלעכע ציוניסטישע באוועגונג איז געגרינדט געוואָרן. פון דעמאָלט אָן איז ער געווען פאָרזיצער פון די קומענדיגע קאָנגרעסן.

ער האָט אָנגעפירט אונטערהאַנדלונגען מיט דעם טערקישן סולטאַן, רוסישן צאַר, דייטשישן קייסער, דעם פּויפּסט און מיט דעם איטאליענישן קעניג.

פאַר זיין ציוניסטישע צייט, ווערט הערצל באַטראַכט אַלס אַ ייִד וועלכער האָט געוואָלט פאַרראַטן זיין פּאָלק דורך איבערפירן זיי צום קריסטנטום. [מקור פארלאנגט]

נאך וואס הערצל איז נפטר געווארן אין 1905 ביים 7טן ציוניסטישן קאנגרעס איז דוד וואלפסאן אויסגעקליבן געווארן אלס דער פירער פון דער ציוניסטישער באוועגונג.

משפחה

ער מיט זיין ווייב יוליא נאשויער האבן געהאט דריי קינדערף פאלינא, האנס און טרודי.

 
וייב פון הערצל, ג'ולי
 
הערצל מיט די קינדער ביים שרייבטיש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!