רוי:אינדיע
רעפובליק פון אינדיע Republic of India भारत गणराज्य בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: וואַנדע מאַטאַראַם איך בוק צו דיר, מוטער | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | הינדוסטאני, ענגליש | ||||
הויפּטשטאָט | ניי דעלי | ||||
רעגירונג | פעדעראלע פארלאמענטארישע רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
פראנאב מוקערדזשי נארענדרא מאדי | ||||
גרינדונג דאַטום |
15טן אויגוסט 1947 (פונעם פאראייניגטן קעניגרייך) | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
3,287,263 קוואַדראַט ק"מ 7ט 9.56 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
1,210,193,422 (2011 צענזוס) 2ט 369.8 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $4.457 טריליאן (3ט) | ||||
וואַלוטע | רופי | ||||
צייט זאָנע | 5.30 + UTC | ||||
אינטערנעט דאָמען | in. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 91+ |
אינדיִע, אפיציעל די רעפובליק פון אינדיע (ענגליש: Republic of India; הינדוסטאני: भारत गणराज्य, בהאַראַט גאַנראַדזשיאַ), איז אַ לאַנד אין דרום אַזיע. איר הויפּטשטאָט איז ניו דעלהי. זי איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און זי האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג, ציילנדיג מער ווי א ביליאן מענטשן וואס רעדן איבער הונדערט פארשידענע שפּראכן. זי איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט.
אינדיע גרעניצט פאקיסטאן צו מערב, כינע, נעפאל און בהוטאן צו צפון־מזרח, מיאנמאר און באנגלאדעש צו מזרח, און דער בוכטע פון בענגאל צו דרום־מזרח, דעם אינדישן אקעאן צו דרום און דעם אראבישן ים צו דרום־מערב.
פיר וועלט רעליגיעס—הינדואיזם, בודהיזם, דזשייניזם און סיקהיזם—שטאמען פון דאנעט; אידישקייט, זאראאסטריזם, קריסטנטום און איסלאם זענען אהער געקומען אין די לעצטע צוויי טויזנט יאר. אינדיע איז געווארן זעלבסטשטענדיג פון דעם פאראייניגטע קעניגרייך אום 1947, דאן האט די קאמיסיע פארמירט אויך דאס לאנד פאקיסטאן פאר די מוסולמענער. 80 פראצענט אינדישע איינוואוינער זענען פון די הינדואישער רעליגיע.
איר אפיציעלע שפראך איז ענגליש, ווייל עס ווערן גערעדט ארום פיר הונדערט שפראכן אין אינדיע, האט מען אדאפטירט ענגליש, אלס די אפציעלע שפראך, וואס ווערט גערעדט אין פארלאמענט, היינט רעדן עס רוב מענטשן ווי א צווייטע אקצענט.
דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע איז געווען דזשאווארהארלאל נעהרו, פון 1947 ביז 1964.
די אינדישע עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט.
אינדיע איז א פעדעראלע קאנסטיטוציאנעלע רעפובליק, רעגירט דורך א פארלאמענטארער סיסטעם, מיט 29 שטאטן און 7 פארבאנד טעריטאריעס.
אינדיע איז א גרינדער מיטגליד פון דער וועלט האנדל ארגאניזאציע, און האט אונטערגעשריבן דעם קיאטא פראטאקאל.
נאציאנאלער בעל־חי: אַזיאַנע עלעפאַנט | ||
---|---|---|
נאציאנאלער פויגל: אינדישע פאווע | ||
נאציאנאלער בוים | ||
נאציאנאלער בלום | ||
נאציאנאלער לעגאַט בעל-חי: טיגער | ||
נאציאנאלער אקוואטישער מארין זויגער | ||
נאציאנאלער רעפטיליע | ||
נאציאנאלער לעגאַט זויגער | ||
נאציאנאלער פרוכט | ||
נאציאנאלער טעמפל | ||
נאציאנאלער טייך: גאנגעס טייך | ||
נאציאנאלער בארג |
עטימאלאגיע
דער נאמען אינדיע איז גענומען פון אינדוס, וואס שטאמט פונעם אלטן פערסישן ווארט הינדוש, א ווארט וואס נעמט זיך פונעם סאנסקריט ווארט סינדהו.
געאגראפיע
אינדיע איז דאס זיבעטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט; זי באדעקט דעם גרעסטן טייל פונעם אינדישן אונטער־קאנטינענט. די לענדער וואס גרעניצן אינדיע זענען פאקיסטאן, באנגלאדעש, מיאנמאר, כינע, בהוטאן און נעפאל, און אויך דאס אינזל־לאנד שרי לאַנקאַ.
אינדיע איז א האלבאינזל, ארומגענוען מיט ימען אין מזרח (די בוכטע פון בענגאל), דרום (דער אינדישער אקעאן) און מערב (דער אראבישער ים). אין צפון זייט פון אינדיע געפינען זי די הימאלייע (וואס האט די העכסטע בערג אין דער וועלט) און אנדערע בארגקייטן.
צוויי גרויסע טייכן פליסן פון דער הימאלייע אדורך אינדיע, דער גאנגעס און דער בראהמאפוטרא, און ביידע רינען אפ אין דער בוכטע פון בענגאל. צוויי וויכטיגע בייטייכן פונעם גאנגעס זענען די יאמונע און דער קאסי.
אינדיע האט 7,517 ק"מ פון בארטן; 5,423 ק"מ געהערן צום אינדישן האלבאינזל און די אנדערע 2,094 ק"מ געהערן צו די אנדאמאן, ניקאבאר און לאקשאדוויפ אינזל־קייטן.
היסטאריע
אינדיעס היסטאריע גייט צוריק יארן לאנג. די אינדיאנע פירערשאפט האט כסדר געטוישט הענט ביי לאקאלע מאנארכיעס און הערשער, אינדיע האט א רייכע און קאלירפולע היסטאריע. צוויי אוראלטע שפראכן, סאנסקריט און טאמיל, שטאמען פון אינדיע.
אין יאר 321 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער ערשטער מאוריער קייסער, טשאנדראגופטא געגרינדעט די מאוריער דינאסטיע מיטן הילף פון טשאנאקיע. דער מערסטער טייל פונעם אונטער־קאנטינענט איז געווארן פאראייניגט צום ערשטן מאל אונטער איין הערשאפט. די אימפעריע האט זיך פארברייטערט נאך ווען די גריכן און פערסן האבן צוריקגעצויגן פונעם ראיאן.
טשאנדראגופטאס זון, בינדוסארא, האט ווייטער פארברייטערט די אימפעריע כמעט צו גאנץ היינטיגער אינדיע.
אין 300 פאר דער ציווילער רעכענונג האט דער מאורישער קייסער אשאקא אויפגעשטעלט אן אימפעריע וואס האט געהערשט איבער כמעט דעם גאנצן שטח פון היינטיגער אינדיע, און האט פארשפרייט בודהיזם איבער דער אימפעריע.
פון 1526 האט די מוגהאל אימפעריע געהערשט איבער אינדיע. אין די 1600ער יארן האבן אייראפעישע לענדער אנגעהויבן אינוואדירן אינדיע. אין 1856 האט די בריטישע אימפעריע געהערשט איבער דעם גרעסטן טייל פון אינדיע.
די אייראפעישע אנטדעקונג פון די נייע מאַרשרוט צו אינדיע דורך וואשקו דא גאמא אין 1498 האט געפירט צו די אָנהייב פון אייראפעישער קאלאניאליזאציע פון אינדיע.
אין 1858 למספרם האט די בריטישע אימפעריע איבערגענומען די פירערשאפט אין אינדיע מיט געוואלד אלץ נאך א רינגל אין די מאדערענע פיודעליזם באקאנט אלץ קאלאניאליזם, ענגלאנד האט זיך אריינגעריקט אין שוואכע לענדער און זיי באראבעוועט די נאטורליכע אוצרות און פארשקלאפט די לאקאלע באפעלקערונג און געלייגט אויף זיי ביטערע שטייערן, אפגערעדט פון דעם אז די לאקאלס האבן נישט געהאט דאס מינדעסטע רעכט זיך אליינס צו גאווערנערן.
די ענגלישע אקופאציעס איז נישט געווען בלויז ווייסע קאלער גניבה'ס, די ענגלענדער האבן געמארדעוועט און מיט געוואלד אינטערדריקט יעדע מינדעסטע קעגנערשאפט, היסטאריקער האבן א חשבון פון 35 מיליאן מענטשן וועמען די ענגלענדער האבן געהארגעט במשך די עפאכע ווען זיי האבן מיט געוואלד רעגירט איבער אינדיע, עקסטער איז דא א חשבון פון 45 טריליאן דאללער וואס ענגלאנד האט בא'גזל'ט פון אינדיע במשך די יארן וואס זי האט איר אקופירט. אין די פריע 1600 יארן האט זיך פארמירט די ענגלישע איסט אינדיע קאמפאני וועלכע איז די מאכטפולסטע קאמפעני וואס איז נאר געווען אין היסטאריע, זי האט ציביסלעך אויסגעקויפט שטחים אויף שטחים פון אינדיע ביז אין יאר 1858 ווען ענגלאנד האט מיט געוואלד אפיציעל איבערגענומען אינדיע פאר א צירקע פון כמעט 100 יאר ביז 1947 ווען ענגלאנד האט "געגעבן" זעלבסטשטענדיגקייט פאר אינדיע.
אין 1869 למספרם איז געבוירן דער אינדיאנער העלד מאהאטמא גאנדהי, ער האט שטודירט געזעץ אין לאנדאן, ענגלאנד און איז שפעטער געווארן דער פרייהייטס אקטיוויסט וועלכע האט געפירט צו די זעלבסטשטענדיגקייט פון אינדיע.
דעמאגראפיק
אינדיע איז דאס צווייטע מערסט באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט, מיט א באפעלקערונג 1,210,193,422 באוואוינער, לויטן באריכט פונעם 2011 פראוויזארישן צענזוס,[1]. איר באפעלקערונג איז געוואקסן מיט 1.76% א יאר אין די יארן 2001–2011,[1] אראפ פון 2.13% א יאר אינעם פריערדיגן יארצענדלינג (1991–2001).[2] דאס מענטשן מין־פארהעלטעניש, לויטן 2011 צענזוס, איז 940 נקיבות צו א 1,000 זכרים.[1] די מעדיאן עלטער איז געווען 24.9 אינעם 2001 צענזוס.[3] דער ערשטער צענזוס אין דער נאך־קאלאנישער תקופה, געפירט אין 1951, האט געציילט 361.1 מיליאן מענטשן.[4] מעדיצינישע אנטווירלונגען פון די לעצטע 50 יאר ווי אויך פארגרעסערטע לאנדווירטשאפט פראדוקטיוויטעט צוגעברענגט דורך דער "גרינער רעוואלוציע" האבן גורם געווען א גיכע וואוקס אין אינדיעס באפעלקערונג.[5] דאך האט אינדיע עטלעכע פאלקסגעזונט ארויסרופן.[6][7] לויט דער וועלט רפואה ארגאניזאציע, שטארבן 900,000 אינדיער יעדע יאר פון טרינקען קאנטאמירט וואסער אדער אטעמען פארפעסטיקטע לופט.[8] עס זענען 50 דאקטוירים פאר יעדע 100,000 אינדיער.[9] די צאל אינדיער וואס וואוינען אין שטאָט־שטחים איז געוואקסן 31.2% פון 1991 ביז 2001.[10] Yet, in 2001, העכער פון 70% האבן געוואוינט אין דארפישע געגנטן.[11][12] לויטן 2001 צענזוס, זענען פאראן מער ווי 27 א מיליאן שטעט אין אינדיע;[10] צווישן זיי דעלהי, מומביי, קאלקאטא, טשעניי, באנגאלארע, היידעראבאד און אכמעדאבאד are the מערסט באפעלקערטע מעטראפאליטאנע געגנטן. די אלפאבעטיזירונג ראטע אין 2011 איז געווען 74.04%: 65.46% פון נקיבות און 82.14% פון זכרים.[1] קעראלא איז דער מערסט אלפאבעטיזרטער שטאַט;[13] ביהאר דער ווינציקסטער.[14]
אינדיע איז די היים פון צוויי הויפט שפראך־פאמיליעס: אינדא־אריש: (גערעדט דורך 74% פון דער באפעלקערונג) און דראווידיש (24%). אנדערע שפראכן וואס מ'רעדט אין אינדיע קומען פון די אויסטרא-אזיאטישע און טיבעטא־בורמישע שפראך־פאמיליעס. אינדיע האט נישט קיין נאציאנאלע שפראך.
פאליטיק
אינדיע איז די מערסטע באפעלקערטע דעמאקראטיע אין דער וועלט. אינדיע איז א פארלאמענטארע רעפובליק מיט זעקס נאציאנאלע פארטייען, כולל די אינדיאנישע נאציאנאלע קאנגרעס און די בהאראטיא דזשאנאטא פארטיי (BJP), און מער ווי 40 ראיאנישע פארטייען.
ביי די ערשטע דריי נאציאנאלע וואלן פון אומאפהענגיגער אינדיע, אין 1951, 1957, און 1962, האט די קאנגרעס פארטיי פון דזשאווארהארלאל נעהרו געווינען גאנץ גרינג. ווען נעהרו איז געשטארבן אין 1964, איז לאל באהאדור שאסטרי געווארן פרעמיער מיניסטער אויף א קורצע צייט, אבער ער איז געשטארבן פלוצלינג אין 1966. נאך אים איז אינדירא גאנדהי געווארן פרעמיער מיניסטער; אונטער איר האט קאנגרעס געזיגט אין די וואלן פון 1967 און 1971.
רעגירונג
אינדיע איז די גרעסטע דעמאקראטיע אין דער וועלט. די רעגירונג ווערט צעטייל אויף דריי צווייגן: לעגיסלאטיוו (פארלאמענט, וואס מאכט געזעצן), עקסעקוטיוו (די מיניסטארן) און די געריכטיקע מאכט. די פארלאמענט זיצט אין דער הויפטשטאט ניו דעלהי. דער פארלאמענט האט צוויי הייזער: ראדזשיא סאבהא (דאס העכערע הויז) האט 250 מיטגלידער און לאק סאבהא (דאס נידריגע הויז) האט 545 מיטגלידער.
אינדיע האט 28 שטאטן:
עקאנאמיע
די עקאנאמיע פון אינדיע וואקס גאר גיך, פון די גיכסטע אין דער וועלט. אינדיע'ס עקאנאמיע איז די דריטע גרעסטע אין דער וועלט מיט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט פון $4798 ביליאן, מיט א וואוקס ראטע פון 8.25% (אין 2010). דער דינסט סעקטאר ווערט פאררעכנט 43% פון דער עקאנאמיע און דער אינדוסטריעלער סעקטאר 41%.
די הויפט אינדוסטריעס זענען אויטאמאבילן, אפטייקווארג, טעקסטיל, טראנספארט געצייג, כעמיקאלן, מאשינעריע, מינעריי, נאפט, עלעקטראניק, עסן פראצעסירונג, צעמענט און שטאל.
טראץ דער גרויסער וואוקסט אין דער עקאנאמיע, ליידט 27.5% פון דער באפעלקערונג פון ארעמקייט.
זייט דעם 1טן יאנואר 1995 איז אינדיע א מיטגליד אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע.
קולטור
די ערשטע ליטערארישע שרייבונגען, אנהייבנדיק פון 1400 פאר דער ציווילער רעכענונג, זענען געשריבן געווארן אין דער סאנסקריט שפראך. פראמינענטע ווערק פון סאנסקריט ליטעראטור שפארן איין עפאסן ווי מאהאבהאראטא און ראמאיאנא, און די דראמעס פון קאלידאסא.
רעפערענצן
- "India", The World Factbook, Central Intelligence Agency, retrieved 4טן אקטאבער 2011
{{citation}}
: Check date values in:|accessdate=
(help)
- ↑ 1.0 1.1 1.2 1.3 Ministry of Home Affairs 2011.
- ↑ Ministry of Home Affairs 2010–2011 b.
- ↑ Central Intelligence Agency.
- ↑ "Census Population" (PDF). Census of India. Ministry of Finance India.
- ↑ Rorabacher 2010, pp. 35–39.
- ↑ World Health Organisation 2006.
- ↑ Boston Analytics 2009.
- ↑ Robinson 2008.
- ↑ Dev & Rao 2009, p. 329.
- ↑ 10.0 10.1 Garg 2005.
- ↑ Dyson & Visaria 2005, pp. 115–129.
- ↑ Ratna 2007, pp. 271–272.
- ↑ Skolnik 2008, p. 36.
- ↑ Singh 2004, p. 106.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!