רוי:דרום קארעא
רעפובליק פון קארעא 대한민국 דייהאַן מינגוק | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפיציעלע שפּראַך | קארעיש | ||||
הויפּטשטאָט | סעאל | ||||
רעגירונג | פרעזידענט רעפובליק | ||||
פּרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
לי מיונג-באק | ||||
גרינדונג דאַטום |
1945 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
100,210 קוואַדראַט ק"מ 109ט 0.3 | ||||
באַפעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקייט |
48,875,000 (2010) 25סט 491 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $1.556 טריליאן (12ט) | ||||
וואַלוטע | דרום קארעא וואן ₩ | ||||
צייט זאָנע | UTC +9 | ||||
אינטערנעט דאָמען | kr. | ||||
טעלעפאָן קאָד | 82+ |
דרום קארעא, אפיציעל די רעפובליק פון קארעא (대한민국 אין האנגול שריפט), איז א דעמאקראטיש לאנד אין מזרח-אזיע, אויפן קארעאישן האלבאינזל. דרום קארעא גרעניצט נאר מיט צפון קארעא, די גרעניץ איז באשטימט געווארן נאך דער צווייטער וועלט קריג, אויפן גארטל ליניע 38°. די הויפּטשטאָט פון דרום קארעא איז סעאָל.
די אפיציעלע שפראך אין קארעא איז קארעיש.
דרום קארעא איז דאס מערסט אנטוויקלט לאנד אין מזרח אזיע, מיט א שטארק-געבילדעטער ארבעטסקראפט.
היסטאריע
די היסטאריע פון קארעא הייבט אן, לויט דער קארעאישער טראדיציע, מיט דער גרינדונג פון דזשאסעאן אין יאר 2333 פאר דער ציווילער רעכענונג דורך דאנגונג.
אין יאר 938 האט וואנג געא אויפגעשטעלט די מדינה פון גאריעא.
דרום קארעא
אין 1948 איז קארעא צעטיילט געווארן אויף צוויי: צפון קארעא און דרום קארעא. סינגמאן רי, א שטארקער קעגנער פון קאמוניזם, האט געוואונען די ערשטע פרעזידענט־וואלן אין דער רעפובליק פון קארעא אין דרום. אין דעם צפון טייל איז קים איל סונג געווארן באשטימט פירער פון דער דעמאקראטישער רעפובליק פון קארעא.
אום 25סטן יוני 1950 האט צפון קארעא אינוואדירט דרום קארעא און אזוי האט אנגעהויבן די קארעאישע מלחמה וואס האט געצויגן ביז 1953.
אין 1960 נאך א סטודענטן רעוואלוציע האט סינגמאן רי רעזיגנירט דעם אמט פון פרעזידענט. גענעראל פארק טשונג-הי האט איבערגענומען אלס פרעזידענט, און געבליבן אין אמט ביז מען האט אים דערהרג'עט אין 1979. ער איז געוען א מיליטערישער דיקטאטאר וואס האט אריינגעברענגט אין 1972 א נייע קאנסטיטוציע לויט וואס דער פרעזידענט האט געהאט ברייטע קראפטן. דאך האט די קארעאישע עקאנאמיע שטארק אנטוויקלט אונטער זיין הערשאפט.
אין 1988 איז פארגעקומען אין סעאל די 1988 זומער אלימפיאדע.
אין 2007 האט מען געוויילט א קאנסערוואטיווע רעגירונג אונטערן פרעזידענט לי מיונג־באק, וואס איז אמאל געווען בירגערמייסטער פון סעאל. אין 2012 האט פארק געאון־היע געזיגט ביי די פרעזידענט־וואלן. אין 2016 האט מען באשולדיגט די אדמיניסטראציע פון פרעזידענט פארק געאון־היע מיט קארופציע און נעמען כאבאר. אום 9טן דעצעמבער האט די נאציאנאלע פארזאמלונג געשטימט איינשולדיגן פארק, און זי איז געווארן אפגעהאלטן פונעם אמט. אינצווישן איז דער פרעמיער מיניסטער הוואנג קיא־אהן געווארן דער אמטירנדיקער פרעזידענט. אום 10טן מערץ 2017 האט דער קאנצטיטוציאנאלער געריכט פון קארעא באשטימט אוועקנעמען פרעזידענט פארק פון אמט זאפארט, מיט דעם איז געענדיקט איר קאדענץ אלס פרעזידענט.
געאגראפיע
דרום קארעא באדעקט דעם דרום טייל פונעם קארעאישן האלבאינזל, וואס ציט זיך 1100 ק"מ פון דער יבשה פון אזיע. דער בערגיקער האלבאינזל איז ארומגענומען מיטן געלן ים צו מערב און דעם ים פון יאפאן צו מזרח. ביים דרום שפיץ געפינט זיך דער מזרח כינע ים.
דאס לאנד, איינשליסנדיק אלע אינזלען, ליגט צווישן גארטל ליניעס 33º און 39ºN און צווישן די מערידיאנען 124º און 130ºE.
עטלעכע דריי טויזנט אינזלען, מערסטנס קליין און אן איינוואוינער, ליגן לעבן די מערבדיקע און דרומדיקע בארטנס פון דרום קארעא. דער גרעסטער אינזל איז דער וואולקאנאינזל דזשעדזשו, אומגעפער 100 קילאמעטער פונעם דרום בארטן פון דעם לאנד, וואס האט א שטח פון 1,845 קוואדראט ק"מ. אויף דזשעדזשו געפינט זיך דער העכסטער פונקט אין דרום קארעא, דער אויסגעשטארבענער וואולקאן האלאסאן, וואס איז הויך 1,950 מעטער. דער אינזל דזשעדזשו האט דערגרייכט אין 2011 ווערן איינער פון די זיבן וואונדער פון דער נאטירלעכער וועלט.
דרום קארעא האט 20 נאציאנאלע פאַרקן.
רעגירונג
אונטער איר לויפיקער קאנסטיטוציע ווערט די מדינה גערופן די זעקסטע רעפובליק פון דרום קארעא. אזוי ווי א סך דעמאקראטישע לענדער האט דרום קארעא א רעגירונג צעטיילט אין דריי צווייגן: עקזעקוטיוו, יורידיש און לעגיסלאטור. די עקזעקוטיווע און לעגיסלאטיווע צווייגן ארבעטן בעיקר אויפן נאציאנאלן ניווא, אבער פארשידענע מיניסטעריומס אינעם עקזעקוטיוון צווייג פירן אויס אויך לאקאלע פונקציעס. דרום קארעא איז א קאנסיטוטיצאנעלע דעמאקראטיע.
דאס לאנד האט אלעמאל געהאט א פרעזידענט־סיסטעם מיט אן אומאפהענגיגן הויפט עקזעקוטיוו. די ערשטע וואלן זענען געווען אין 1948.
עקאנאמיע
דרום קארעא האט א מארק עקאנאמיע וואס איז איינע פון די 20 הויפט עקאנאמיעס פון דער וועלט. די עקאנאמיע פון דרום קארעא איז שטארק אפהענגיק אויף אינטערנאציאנאלן האנדל. אין 2014 איז דרום קארעא געווען דער פינפטער גרעסטער עקספארטירער און דער זיבעטער גרעסטער אימפארטירער אין דער וועלט.
דרום קארעא האט גאסטירט די 5טע G20 שפיץ־קאנפערענץ אין איר הויפטשטאט, סעאל, אין נאוועמבער 2010.
דרום קארעא איז אן אנטוויקלט לאנד מיט א הויך־איינקונפט עקאנאמיע. צווישן די פירמעס אין לאנד זענען די וועלט־בארימטע LG עלעקטראניק און סאמסונג. דאס לאנד האט שטארק אינוועסטירט אין בילדונג, און איז געווארן פון ברייטן אנאלפאבעטיזם צו א שטארקער אינטערנאציאנאלער טעכנאלאגישער מאכט.
טראנספארטאציע, ענערגיע און אינפראסטרוקטור
דרום קארעא האט א טעכנאלאגיש פארגעשריטענע טראנספארט נעצווערק וואס באשטייט פון הויך־גיך באנען, שטראזן, בוס רוטעס, פראם באדינונגען און לופט רוטעס וואס גייען אריבער דעם גאנצן לאנד. קארעא עקספרעסוועג קארפאראציע אפערירט די צאל שטראזן און באדינונגען אונטערוועגס.
די קארעאישע אייזנבאן קארפאראציע פארזארגט אפטע באן באדינונגען צו אלע הויפט שטעט אין דרום קארעא. אויך גייט מען אנהייבן צוויי באן ליניעס קיין צפון קארעא.
דער גרעסטער פליפארט איז אינטשעאן אינטערנאציאנאלער פליפארט, וואס האט געעפנט אין 2001. אין יאר 2007 זענען אדורכגעפארן 30 מיליאן פאסאזשירן.
טוריזם
אין 2012, האבן 11.1 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן באזוכט דרום קארעא, מיט דעם איז עס דער 20סטע מערסט באזוכטע לאנד אין דער וועלט,[1] ארויף פון 8.5 מיליאן אין 2010.[2] צוליב דער קארעאישער מוזיק "האליו", האט דרום קארעא גאסטירט מער ווי 12 מיליאן באזוכע אין 2013 מיט 6 מיליאן טוריסטן נאר פון כינע.[3][4] מיט וואקסנדיקע טוריסטן אויסקוקן, ספעציעל פון פרעמדע לענדער אינדרויסן פון אזיע, די דרום קארעא רעגירונג האט געשטעלט א ציל צוציען 20 מיליאן אויסלענדישע טוריסטן א יאר ביז 2017.[5] די פאזיטיווע ווירקונגען פון האליו ("די קארעאישע כוואליע") זענען נישט באגרעניצט נאר צו דער קולטור אינדוסטריע, לויט א שטודיע פון דעם היונדיי פארשונג אנטשאלט. דער היונדיי פארשונג אנטשאלט האט באריכטעט אז די קארעאישע כוואליע האט א דירעקטן איינפלוס אין אנמוטיקן אויסלענדישע אינוועסטירונג צוריק אין לאנד דורך נאכפרעג פאר פראדוקטן, און די טוריזם אינדוסטריע.[6] צווישן אזיאטישע לענדער, כינע האט אינוועסטירט 1.4 ביליאן אין דרום קארעא, א גרויסער טייל דערפן אין דעם באדינונג סעקטאר, זיבנפאך ארויף פון 2001. עקאנאמיסט האן סאנג-וואן, האט געוויזן אן אנאליז אז א פארמערונג פון 1 פראצענט אין עקספארט פון קארעאישן קולטור־אינהאלט שטופט ארויף עקספארט פון קאנסומענט־גיטער 0.083 פראצענט.[6]
דעמאגראפיע
די באפעלקערונג פון קארעא איז איינע פון די מערסט האמאגענישע באפעלקערונגען אין דער גארער וועלט פון דעם שטאנדפונקט פון עטנישער פארשיידנארטיקייט און פונעם שטאנדפונט פון דער שפראך וואס מען רעדט. די מערהייט פון די איינוואוינער אין לאנד זענען קארעאר. די דייטיקע עטנישע מינדערהייט וואס געפינט זיך אין לאנד איז די כינעזישע מינדערהייט.
די קארעאר האבן געלעבט אין מאנטשוריע דורכאויס הונדערטער יארן און היינט זענען זיי א מינדערהייט אין כינע. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה האט סטאלין געצוואונגען טויזנטער קארעאר וואס האבן געוואוינט אין די געגנטן פון וולאדיוואסטאק און כאבאראווסק אריבערצוגיין צו צענטראל אזיע און צו געגנט אונטער דער הערשאפט פונעם ראטנפארבאנד ווייל ער האט מורא געהאט טאמער זיי וועלן קאלאבארירן מיט די יאפאנעזער, וואס אין דער זעלבער צייט זענען די מערהייט פון קארעאר וואס האבן געוואוינט אין יאפאן זענען זיי געברענגט געווארן דארטן כדי צו דינען ווי א ביליגע ארבעטסקראפט ווערנט דער קאלאניאלישער תקופה פון יאפאן.
נאך דער צעטיילונג פון דעם קארעאישן האלבאינזל נאך דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען מער ווי פיר מיליאן קארעאר אריבערגעגאנגען דעם גרעניץ צו דרום קארעא. אין די ערשטע יארצענדלינגען פונעם לאנד איז די עקאנאמישע און סאציאלע לאגע אין לאנד געווען גאר שוואך און האט געשאפן אן עמיגראציע צו די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע, מערב אייראפע און דרום אמעריקע. דער מצב האט געענדערט נאך דעם עקאנאמישן בליען אין די סוף 1980ער און אנהייב 1990ער יארן, און די צאל עמיגרירער איז שטארק אראפ. א היפשער טייל פון די וואס האבן פריער עמיגרירט פון לאנד זענען צוריקגעקומען זיך באזעצן אין לאנד. היינט זענען די צאל אימיגרירער און עמיגרירער מער אדער ווייניגער גלייך.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעא · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · ירדן · מדינת ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליע · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעא · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!
- ↑ UNTWO (יוני 2008). "UNTWO World Tourism Barometer, Vol.5 No.2" (PDF). Archived from the original (PDF) on 19טן אויגוסט, 2008. Retrieved October 15, 2008.
{{cite web}}
: Check date values in:|archivedate=
(help); Unknown parameter|deadurl=
ignored (|url-status=
suggested) (help) - ↑ Kolesnikov-Jessop, Sonia (11טן נאוועמבער, 2010). "South Korea Sets Its Sights on Foreign Tourists".
- ↑ Hallyu fuels foreign investment in Korea ארכיווירט יאנואר 20, 2015 ביי דער Wayback Machine. Koreatimes.co.kr (31סטן אויגוסט, 2014). דערגרייכט דעם 17טן אפריל, 2015.
- ↑ "טוריזם אין דרום קארעא צאל טוריסטן וואס באזוכן דרום קארעא דערווארטעט צו גיין אריבער 10 מיליאן – ..." eturbonews.com.
- ↑ "Double-digit Growth". BusinessKorea.
- ↑ 6.0 6.1 "Hallyu fuels foreign investment in Korea". דערגרייכט דעם 20סטן יאנואר, 2015. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 20סטן יאנואר, 2015.