רוי:האנגול
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
האַנגול (한글 אין דרום קארעא, אדער 조선글 "טשאסנגול" אין צפון קארעא) איז דער אלפאבעט פון קארעיש. עס איז די אפיציעלע שריפט פון דרום קארעא און צפון קארעא. האנגול איז אן אמתער אלפאבעט מיט 24 אותיות. מען שרייבט די אותיות אין בלאקן פון טראַפן. יעדער בלאק האט פון צוויי ביז פיר אותיות; כאטש איין אות אין א בלאק מוז זיין איינער פון די 10 וואקאלן און איינער מוז זיין איינער פון די 14 קאנסאנאנטן. די בלאקן קען שרייבן אדער פון לינקס אויף רעכטס אדער פון ארויף אראפ.
די האנגול שריפט האט ערפינדן דער מלך סעדזשאנג דער גרויסער אין 1443.
די צען וואקאלן זענען:
ㅏ | ㅓ | ㅣ | ㅑ | ㅕ | ㅗ | ㅜ | ㅡ | ㅛ | ㅠ | |
a | eo | i | ya | yeo | o | u | eu | yo | yu |
די פערצן קאנסאנאנטן זענען:
ㄱ | ㄴ | ㄷ | ㄹ | ㅁ | ㅂ | ㅅ | ㅇ | ㅈ | ㅊ | ㅋ | ㅌ | ㅍ | ㅎ | |
ג | נ | ד | ר/ל | מ | ב | ס | נג* | דזש | צ | ק | ט | פ | ה |
*מען רעדט נישט אויס ㅇ ווען ער הייבט אן א טראף.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!