רוי:סרול בראנשטיין

ווערסיע פון 18:42, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")

סרול בראָנשטיין (1913, שטעפענעשט, בעסאַראַביע – 1943, טאַשקענט, ראַטנפאַרבאַנד) – אידישער פּאָעט.

סרול בראָנשטיין איז געבוירן געוואָרן אין אַ פאַמיליע פון אַ בעקער אינעם דאָרף שטעפאנעשט אין דרום-מזרחדיקן טייל פון בעסאַראַביע, דעמולט אַ געגנט אין רוסלאַנד און יעצט אין מאָלדאָווע. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געוואוינט אין בוקאַרעשט, ווי ר'האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן אין אידישע צייטונגען און זשורנאַלן אין רומעניע, אַריינגערעכנט "די וואָך" (רעדאַגירט פונעם פּראָזאַיִקער משה אַלטמאַן) און "שױבן" (רעדאַגירט דורכן באַרימטן דיכטער און טעאַטער-דירעקטאָר יעקב שטערנבערג). געדרוקט פּאָעזיִע און ליטעראַטור-קריטיק.

זיין ערשט פּאָעזיע ביכל "מאָלדאָווע, מיין היים" איז אַרויס אין בוקאַרעשט אין 1938 און די צווייטע זאַמלונג "כ'האָב געעפנט ברייט די טױערן" - מיט אַ יאָר שפּעטער. אין 1940, ווען בעסאַראַביע איז געוואָרן סאָוועטיש, איז בראָנשטיין אַהין קריקגעקומען. ער איז געווען אַ סאָלדאַט אין דער סאָוועטישער אַרמיי בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, פאַרוואוּנדיקט געוואָרן אויפן פראָנט אין 1942 און געשטאָרבן פון די דורכגעשאָסענע לונגען-וואוּנדן אין אַ מיליטער-שפּיטאָל אין טאַשקענט, מיטל-אַזיע (יעצט אין אוזבעקיסטאַן) דעם ווינטער 1943.

כ'שלעפּ אַרום אַ זאַק מיט ביינער
אױף די גאַסן צו פאַרקױpן
קיינער אָבער וויל ביי מיר די סחורה קױpן
קיינער
פּאַרדאָן, כ'האָב יאָ אַ קונה אױף איר געטראָפן
דאַרף ער אָבער ביינער האָבן אמתדיקע טױטע
ניט ווי מיינע, לעבעדיקע און באַהױטע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!