רוי:עמנואל מאקראן

ווערסיע פון 19:05, 30 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{#אייגנשאפט:בילד}}" ב־"")

[[טעקע:|קליין]] עמנואל זשאן-מישעל פרעדעריק מאַקראן (פראַנצויזיש: Emmanuel Jean-Michel Frédéric Macron [ɛmanɥɛl makʁɔ̃]; געבוירן דעם 21סטן דעצעמבער 1977) איז א פראנצויזישער פאליטיקער און דער איצטיקער פרעזידענט פון פראנקרייך. ער איז א געוועזענער ציוויל־באדינער און אינוועסטירונג באנקיר, וואס האט שטודירט פילאזאפיע אין פאריז נאנטער אוניווערסיטעט און האט גראדואירט פון דער נאציאנאלע שקאלע פון אדמיניסטראציע אין 2004.

מאקראן איז געווען א מיטגליד אין דער סאציאליסטישע פארטיי פון 2006 ביז 2009, אין 2012 איז מאקראן געווארן באשטימט וויצע אלגעמיינער סעקרעטאר אין דער ערשטער רעגירונג פון פראנצווא האלאנד. אין 2014 האט מען אים באשטימט מיניסטער פון עקאנאמיע, אינדוסטריע און דיגיטאלישע ענינים, וואו ער האט אדורכגעשטופט רעפארמען וואס זענען פריינדלעך צו ביזנעס. ער האט רעזיגנירט אין אויגוסט 2016 כדי אנהייבן זיין אקציע פאר די 2017 פרעזידענט־וואלן. נאוועמבער 2016, האט מאקראן דערקלערט אז ער וועט לויפן אין די וואלן אונטער דער פאליטישער באוועגונג פארווערטס! וואס ער האט געגרינדעט אין אפריל. מען בארעכענט אים א צענטריסט און ליבעראלער.

מאקראן האט געזיגט אין די צווייטע פרעזידענט וואלן וואס זענען פארגעקומען דעם 7טן מאי 2017. ער האט באקומען א קלארע מערהייט קעגן דעם קאנדידאט פונעם נאציאנאלן פראנט, מארין לע פען. אלט 39 וועט מאקראן ווערן דער יונגסטער פרעזידענט אין דער היסטאריע פון פראנקרייך.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!