רוי:אידישע קאמף ארגאניזאציע

ווערסיע פון 12:41, 27 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאראייניק" ב־"פאראייניג")

די יידישע קאמף ארגאניזאציע (פויליש: Żydowska Organizacja Bojowa ZOB, העברעיש: ארגון יהודי לוחם) איז געווען די ארגאניזאציע פון אויפשטענדלער אין דער ווארשעווע געטא, געפירט דורך מרדכי אניעלעוויטש.

די פארטייען אין דער ארגאניזאציע זענען בעיקר געווען פון די ציוניסטישע פארטייען, און די בונד, רעליגיעזע אידן האבן א טייל גענומען אינעם קאמף, מיט די גוטהייסונג פון פארשידענע רבי'ס, און רבנים פון דער געטא.

די גרינדונג פון דער ארגאניזאציע אין 1942, איז די אומשטענדן פון דער געטא, נאכן אפשיקן 300,000 אידן קיין טרעבלינקע ווי זיי זענען אומגעקומען, און געציילטע מענטשן האבן באוויזן צו אנטלויפן פון דארט, און צוריק אין געטא מיט א מאפע, און דעטאלן וואס גענוי קומט פאר אין דעם פלאץ וואס האט געהייסן אויסזידלונג, ווי מען גייט אריבער צו א בעסערע וווינונג.

דעמאלט אט זיך דער פלאן צוזאמען געשטעלט, אז אידן וועלן נקמה נעמען, און שטארבן מיט כבוד.

אידן מיט אן ארישע אויסזען, זענען אריבערגעשיקט געווארן צו דער אנדערער זייט וואנט, וואו זיי האבן אנעפאנגען פארהאנדלן מיט פוילישע פארטיזאנער גרופעס, און מיט אונטערוועלט גרופעס, זיי האבן געקויפט רעוואלווערן, גראנאטן, קוילן, און באקומען פונעם פוילישן אלטן מיליטער, וואס איז אויך געווען א פארטיזאנע גרופע, אסאך אמוניציע, און מאטעריאל אונטערצושטעלן באמבעס, און מינעס.

דאס ערשטע מאל וואס זיי זענען ארויס אויף דער גאס, און אפגעשטעלט אן אפשיק, איז געווען יאנואר 43', ווי זיי האבן זיך אריינגעמישט צווישן די מאסן, און אינמיטן האבן זיי אומגעברענגט די עס עס וועכטער, און דערנאך געפירט א קאמף קעגן די זעלנער וואס זענען געקומען העלפן, עטליכע אידן זענען געהרגט געווארן אין די שלאכטן, אבער די באן איז קיינמאל נישט ארויס געפארן פון דער אומשלאגפלאץ.

די יידישע קעמפער האבן אומגעברענגט אסאך אידן, וואס האבן קאלאבארירט מיט די נאציס, ווי די ארדענונגסדינסט, מוסרים, און אנדערע וואס האבן געדינט די אינטערעסן פון די פיינט.

ערב פסח 43', האט זיך אנגעפאנגען די אויפשטאנד, און אין אנהייב האבן די אידן באוויזן אפצושטויסן די נאציס, אבער די נאציס האבן זיך ווי פארשטענדליך נישט געקעמפט לויט די עטיקעט פון א קריג, און ספעציעל קעגן די אידן, און האבן אנגעפאנגען פארברענען די הייזער אויף אירע איינוווינער, א בונקער אדער א קעלער, ווי מען האט געטראפן מענטשן האבן זיי אריינגעלאזט גאז, און אזוי זיי דערשטיקט צום טויט.

א טייל פון די אידן איז געלונגען צו אנטלויפן צו דער פוילישער זייט, דורכן אפגאנג-קאנאלן און טונעלן, אבער ס'מערהייט אידן וואס האבן נאך געלעבט אין ווארשע זענען אומגעקומען, די געטא איז געפאלן כ"ז ניסן.

זעט אויך מיליטערישע יידישע פאראייניגונג

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!