רוי:לאנד

ווערסיע פון 02:50, 27 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאראייניקטע" ב־"פאראייניגטע")
לאנד

אין פאליטישער געאגראפיע און אינטערנאציאנאלער פאליטיק איז א לאנד א געאגראפיש ארט וואס איז די טעריטאריע פון א מדינה אדער א שטאַט.

אחוץ אנטארקטיקע איז די גאנצע יבשה פון דער ערד צעטיילט אויף לענדער.

לאנד איז קען זיין א קליין שטיק לאנד ביז א לאנד וואס דעפינירט א רעגירונג וואס פארפיגט אויף א לאנד, ווי די דאס לאנד קאנאדע. א לאנד קען אויך זיין וואס האט אמאל געהאט אן אייגענע רעגירונג אבער איז אצינד א טייל פון א גרעסערער מדינה, ווי ענגלאנד, סקאטלאנד און וויילס.

איז א פאליטישע געמיינדע וואס באוואינט אַ געאגראפישע אָרט, און באזיצט אינערליכע און אויסערליכע סאַווערענץ, און איז למעשה דער וואס קען ניצן די שטארקייט.

עס איז מעגליך עס זאל אדער זאל נישט האבן אן ארגאניזירטע רעגירונג צו בכלל עקזיסטירן. עס איז שוין געווען מדינות וואס מער ווי איין גרופע האט זיך פארמאסטן צו זיין די רעגירונג. אבער זייער סטאטוס אלס מדינה/שטאַט איז נישט געטוישט געווארן. ווי למשל די רעפובליק פון כינע אין 1912.

א רעגירונג איז נישט א זאך וואס מוז זיין אז די מדינה/שטאַט זאל זיין א שטאַט, אויב און ווילאנג די אינטערנאציאנאלער געמיינדע אנערקענט איר עקזיסטענץ אלס א מדינה.

אבער די אנערקענונג פון אנדערע שטאַטן/מדינות איבער די סאַווערענץ פון א שטאַט/מדינה איז וויכטיג כדי צו קענען מאכן אפמאכן מיט די אנדערע שטאַטן/מדינות. נאכמער עס מוז האבן א רעגירונג פאר די אינערליכע ווירטשאפט.

א מדינה איז א גרויסער געאגראפישער ארט מיט אירע אינסטיטוציעס פון רעגירונג וואס פירן די ווירטשאפט, אנדערשט ווי א שטאָט אדער שטעטל אדער דארף, ווערט דאס באטיולט דורך איר פירערשאפט, ווי למשל ניו יארק סטעיט איז זייער גרויס און ווערט געפירט דורך אלבאני אבער יעדע שטעטל און ניו יארק סיטי ווערט אנגערופן באזונדער, זיי האבן א באזונדערע אבער נישט אינגאנצען א לעגאלער כח, און באוואינטקייט/פאפולאציע.

אנדערע ווערטער

לאנד

באדייט די געאגראפישע געגנט.

בירגער

באדייט די מענטשן פון דער מדינה.

שטאַט אדער מדינה

באדייט די פאליטישע רעגירונג און די מדינה ווי אזוי עס איז אנגענומען אין דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע. די פאראייניגטע פעלקער האט 192 מדינות אלס מיטגלידער.

זעט אויך

frp:Payis (L)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!