רוי:דרום קאראליינע

ווערסיע פון 02:28, 27 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "|הערב בילד}}" ב־"")
דרום קאראליינע (שטאַט)
South Carolina
מדינה / טעריטאָריע Flag of the United States.svg פאראייניגטע שטאטן

דרום קאראליינע (ענגליש: South Carolina) איז א שטאַט אין דרום-מזרח פון די פאראייניגטע שטאטן. איר הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז קאלומביע. די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 5,118,425 מענטשן, דעם 24סטער ראנג אין די פאראייניגטע שטאטן. דער לאנד שטח פונעם שטאַט איז פאַרהעלטנמעסיק קליין, דער 40סטער גרעסטער.

אנדערע וויכטיגע שטעט דרום קאראליינע זענען טשארלסטאן, גרינוויל, ספארטאבורג, אנדערסאן, סאמטער און פלארענס.

צוליב איר נאטירלעכער שיינקייט, קומען אינעם שטאַט אסאך טוריסטן, ספעציעל צו מירטל פלאזשע, טשארלסטאן און הילטאן העד אינזל.

דרום קאראליינע איז געווארן א שטאַט אין 1788. די עקאנאמיע איז געווען באזירט אויף לאנדווירטשאפט, באוואוסט פאר באוול, רייז, אינדעך, און טאביק. נאכן אמעריקאנער ברידערקריג, האט דער שטאט פארלוירן אסאך פון זיין פאליטישע און עקאנאמישע קראַפט. אנטקעגן דעם סוף פונעם 20סטן יארהונדערט, האט דער שטאט אנגעהויבן פארשטארקן זיין עקאנאמיע און פארמערן זיין באפעלקערונג. די הויפט אינדוסטריעס היינט זענען טוריזם, טעקסטיל און פאבריקאציע. דרום קאראליינע האט די צווייטע גרעסטע צאָל ארבעטערס באשעפטיגט דורך אינטערנאציאלע פירמעס (לויט דער קאפצאל) אין די פאראייניגטע שטאטן.

דרום קאראליינע איז באגרענעצט צו צפון מיט צפון קאראליינע, צו דרום און מערב מיט זשארזשיע, אריבער דעם סאוואנע טייך, און צו מזרח איז דער אטלאנטישער אקעאן.


די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע Flag of the United States.svg
אהייאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו דזשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקוטקענזעסקענטאקיראוד איילענד

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!