רוי:מערילאנד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פאָן פון מערילאנד

מערילאַנד (ענגליש: Maryland) איז א שטאַט אין דעם מיטל-אטלאנטישן ראיאן פון די פאראייניגטע שטאטן, אין דרום-מזרח פונעם מזרח בארטן. די הויפטשאט איז אנאפאליס, און זיין גרעסטע שטאט איז באלטימאר. ער גרעניצט ווירדזשיניע, וועסט ווירדזשיניע און דעם דיסטריקט פון קאלומביע צו דרום און מערב, פענסילוועניע צו צפון, און דעלאווער צו מזרח. ער איז אזוי גרויס ווי בעלגיע.

די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 6,177,224

רעגירונג

די רעגירונג פון מערילאנד האט אן עקזעקוטיוו, א לעגיסלאטור און א געריכטיקע מאכט.

דער עקזעקוטיוו ווערט געפירט דורך דעם גובערנאטאר, היינט לארי האגאן, א רעפובליקאנער, וואס איז געוויילט געווארן פאר א צווייטן קאדענץ אין 2016. די לעגיסלאטור, די מערילאנד אלגעמיינע פארזאמלונג, האט צוויי קאמערן, א סענאט און א הויז פון דעלעגאטן. דער שטאַט האט 47 דיסטריקטן, און יעדער דיסטריקט וויילט איין סענאטאר און דריי דעלעגאטן, פאר א קאדענץ פון פיר יאר. ביידע קאמערן האבן א מאיאריטעט פון דעמאקראטן.

אידן אין מערילאנד

די גרעסטע אידישע געמיינדעס אין מערילאנד געפינען זיך אין דער שטאט באלטימאר און אין די צפונדיקע פארשטעט פון וואשינגטאן. די גרעסטע חרדישע קהילה איז אין באלטימאר, וואו עס געפינט זיך די נר ישראל ישיבה, איינע פון די חשובע ליטווישע ישיבות אין אמעריקע.

א גרויסער טייל פון ישראלים אין מערילנד וואוינען אין די שטעט ראקוויל און סילווער ספרינג (ענ'), וואס איז צפון פון וואשינגטאן. די ישראלים מערסטנס ארבעטן אין דעם אמעריקאנישן פארשונגס אנשטאלט NIH אדער אין איינע פון די היי-טעק פירמעס.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע Flag of the United States.svg
אהייאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו דזשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקוטקענזעסקענטאקיראוד איילענד
Terrestrial globe.svg דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!