רוי:האנג קאנג

ווערסיע פון 02:27, 27 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "|הערב בילד}}" ב־"")
האנג קאנג (באזונדערער ראיאן)
מדינה / טעריטאָריע טעקע:Flag of the People's Republic of China.svg כינע

|באפעלקערונג יאר=2022|פאן=|הערב=|בילד=}}

האנג קאנג (כינעזיש: 香港), אפיציעל דער האנג קאנג באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן (כינעזיש: 香港特別行政區), איז געווען א בריטישע קאלאניע וואס איז געווארן א באזונדערער אדמיניסטראטיווער ראיאן פון דער מענטשנ'ס רעפובליק פון כינע אין 1997. האנג קאנג נעמט אריין א האלבאינזל און 236 אינזלען אויף כינע'ס דרום בארטן.[1] מיט אומגעפער 7.5 מיליאן באוואוינער פון פארשיידענע נאציאנאליטעטן וואס וואוינען אין א שטח פון 1104 קוואדראט קילאמעטער, איז האנג קאנג איינער פון די מערסט געדעכטע באפעלקערטע ערטער אין דער וועלט. האנג קאנג האט אנטוויקלט צו איינעם פון דער וועלט'ס הויפט פינאנציעלע צענטערן.[2] די וואלוטע איז דער האנג קאנג דאלאר.

האנג קאנג איז די היים פון דער דריט־מערסטער צאל ביליאנערן אין דער וועלט.

האנג קאנג האט איינע פון דער וועלט'ס גרעסטע צאל וואלקן־קראצערס.

האנג קאנג האט דריי הויפט טיילן:

האנג קאנג האט זיין אייגענע קאנסטיטוציע, וואס איז אנדערש פון דער קאנסטיטוציע פון דער מענטשנס רעפובליק פון כינע.

געאגראפיע

האנג קאנג געפינט זיך אויפן דרום בארטן פון כינע, 60 ק"מ מזרח פון מאקאא, אויף דער מזרח זייט פונעם מויל פון דער פערל טייך לעפצונג. האנג קאנג איז ארומגענומען פון דריי זייטן דורכן דרום כינע ים, אחוץ פון דער צפון זייט וואס גרענעצט זיך מיט דער גוואנגדאנג שטאט שענזען.

קלימאט

האנג קאנג געפינט זיך אין א טראפישן געגנט און האט מאנסון ווינטן. ס'איז פאראן דארט צונאמיס און ערדציטערנישן.

דעמאגראפיע

די באפעלקערונג פון האנג קאנג איז איבער 7 מיליאן (7,413,070 אין יאר 2021). די מענטשן אין האנג קאנג זענען מערסטנס כינעזער. האנג קאנג איז איינער פון די מערסט געדעכטע ערטער אין דער וועלט, מיט אן אלגעמיינע צפיפות פון 6,300 מענטשן אין א קוואדראט קילאמעטער.

אין האנג קאנג רעדט מען מערסטנט קאנטאניש. אין שולע לערנט מען די קינדער ענגליש. זייט האנג קאנג איז געווארן א טייל פון כינע רעדן מער מענטשן מאנדארין, די אפיציעלע שפראך פון כינע.

קולטור

די קולטור פון האנג קאנג האט מזרחדיקע ווארצלען מיט מערבדיקע איינפלוסן. אויך די האנג קאנג קיך איז א צונויפשמעלץ פון מערבדיקע און מזרחדיקע קיכן.

האנג קאנג האט א קאמפקונסט פילם זשאנער וואס איז געווען שטארק פאפולער אין די 1960ער און 1970ער יארן. פון האנג קאנג איז געקומען דער פילם אקטיאר און קאמפקינסטלער ברוס לי.


רעפערענצן

  1. "Geography and Climate, Hong Kong" (PDF). Census and Statistics Department, The Government of Hong Kong SAR. Retrieved 10טן יאנואר 2007. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  2. "The World's Most Competitive Financial Centers - Slideshows - CNBC.com". www.cnbc.com. Retrieved 2009-10-30.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!