רוי:רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק (ירושלים)

ווערסיע פון 01:00, 26 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "גייטסהעד" ב־"געיטסהעד")

 

רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק
הרב יוסף דוב הלוי סולובייצ'יק (ירושלים) מיט הרב משה שמואל שפירא

הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק (באקאנט ווי רבי יאשע בער; תמוז ה'תרע"ו - ב' אדר ה'תש"ם) איז געווען בריסקער ראש ישיבה אין ירושלים. ער איז געוואן א זון פון הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, בריסקער רב.

ביאגראפיע

רבי יאשע בערל איז געבוירן געווארן צו רב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק און זיין ווייב אלטע הענדל, אן אוראייניקל פון רבי מאיר אוירבאך. ער האט געלערנט ביי זיין פאטער. גלייך נאך זיין בר מצוה האט ער אנגעהויבן לערנען זיין זיידנס ספר חידושי הגר"ח על הרמב"ם ביז ער איז געווען בקי אינעם ספר בעל פה. שוין אין זיינע יונגערע יארן האט ער אנגעהויבן זאגן שיעורים אין בריסק און אין ווארשע.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן מיט זיין פאטער קיין ווארשע, און פון דארט קיין ארץ ישראל.

אזוי ווי זיין פאטער, האט ער געעפנט א קיבוץ אין זיין הויז וואו בחורים און יונגעלייט פון ארץ ישראל און חוץ לארץ האבן געלערנט.

ער איז געווען א שטארקער קעגנער פון ציוניזם.

אין תש"ם איז ער נפטר געווארן, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות. זיין זון רבי אברהם יהושע סאלאווייטשיק האט איבערגענומען זיין קיבוץ. זיין ברודער רבי משולם דוד סאלאווייטשיק, וואס איז געווען א מגיד שיעור ביי רבי יאשע בערל, האט געעפנט זיין אייגענעם קיבוץ.

ספרים

רבי יאשע בערל האט נישט פארשריבן זיינע חידושים, אבער זיינע תלמידים האבן געדרוקט זיינע שיעורים אויף מסכת זבחים מיטן נאמען "חידושי הגרי"ד".

זיינע תלמידים

וועבלינקען

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!