רוי:שלום בית

ווערסיע פון 20:19, 25 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat, שלום בית איז קיין פראבלעם...)

שלום בית איז א טערמין וואס באצייכנט דער הארמאניע און פרידן וואס הערשט אין א אידישער שטוב צווישן צאן און פרוי. חז"ל האבן גאר אויסגערומט שלום בית.

פראבלעמען

שלום בית פראבלעמען קענען ארומנעמען יעדעס פאר-פאלק איבער דער גארער וועלט. קיין שום פאר-פאלק איז נישט אויסגעהיט דערפון. די לעזונג דערצו איז אז יעדער זאל פרויבירן צו פארשטיין דעם צווייטן, און אפילו ער פארטשייט נישט זאל ער נישט זיין קיין עקשן, נאר זאל ווי מער נאכגעבן פאר צווייטן, עס איז דא א מאמר החכם אויב ווילסטו אז דיין מאן זאל דיך האלטן פאר א פרינצעסין דאן האלט איהם פאר א קעניג. אויב ווילסטו דיין פרוי זאל דיך האלטן פאר א קעניג, דאן האלט איהר פאר א פרינצעסין.

ווען איז שוין גרויסע צרות איז די איינציגסטע לעזונג, איז צו האלטן דעם פראבלעם אונטער קאנטראל, און נישט לאזן דעם פראבלעם שטייגען און ארויסגיין, אויסער די ראמען וואס מ'קען עס קאנטראלירן.

געזונטע שלום בית קריגערייען

זאפארט נאכדעם וואס א פאר-פאלק האט חתונה, הייבן זיך אן די שלום בית פראבלעמען. אויפן קליינעם פארנעם, פארשטייט זיך. די פרוי זאגט צום מאן, נעם נישט אראפ די מיסט, איך וועל עס שוין נעמען. דער מאן זאגט אבער: נע, ס'איז גוט. איך וועל עס נעמען, קיין פראבלעם. נאך א קורצע וויילע, ווערן די שלום בית פארמאליטעטן מער רעאליזירט, וועלכע שפיגלען אפ דעם אמת'דיגן כאראקטער פון די צווייע מענטשן, דער מאן און די ווייב, וואס איז אוממעגליך אויסצובאהאלטן פאר צו א לאנגע וויילע. און דאן הייבן זיך אן אנטוויקלען קליינע מחלוקה'לעך אין שטוב, וואס מיר רופן אן שלום בית.

סיבות צו שלום בית פראבלעמען

  1. צוליב דעם נאטור אז א מאן און א פרוי, זענען פון צוויי אנדערע פלאנעטן.
  2. צוליב דעם נאטור פון פארשידנארטיגע מענטשן, וועלכע קומען פון אנדערע היימען.
  3. צוליב דעם וואס דער בחור קומט פון ישיבה און דאס מיידל נישט. [מקור פארלאנגט]

שלום בית ווערט קריטיש

עס זענען פאראן עטליכע סימנים וועלכע צייגען ווען דער שלום בית גייט אריין אין א קריטישע פאזע.

  1. די קולות ווערן וואס העכער.
  2. מ'הייבט אן גיסן באליידיקונגס ווערטער איינער אויפ'ן אנדערן.
  3. מ'קען שוין די פראבלעמען נישט הענדלען אליין, און מ'מישט אריין די עלטערן (גאר ביטער).
  4. מ'הייבט אן באשמוצן די שווער/שוויגער, טאטע/מאמע פון דעם אנדער'ס פאמיליע.
  5. מ'שעלט זיך איינער דעם אנדערן.
  6. די אטאטקעס ווערן פיזיש. זאכן ווערן געווארפן.

אט די אויבנדערמאנטע ביישפילן, קענען גאר שנעל פאסירן, אויב דער מאן/פרוי האט נישט דעם שכל אפצושטעלן און קאנטראלירן דעם געפעכעט. און ווען די זאכן פאסירן, איז קלאר אז מ'מוז זאפארט אונטערנעמען גאר ערנסטע מאסנאמען צו ראטעווען דעם שלום בית, ווייל עס איז נישט ווייט פון אן ערנסטן קריזיס.

ווען דער שלום בית פראבלעם גייט ארויס פון קאנטראל

  1. דארף דער מאן/פרוי אקטיווירן א שלום-פלאן.
  2. איינער דארף האבן שכל, און אנהייבן דעם פארגלעטונגס פראצעדור.
  3. קויפן א מתנה פאר'ן אנדערן.
  4. מאכן א סורפרייז פאר'ן אנדערן. (צו כאפן דעם אנדער'ס אויפמערקזאמקייט, אומגעראכטן).
  5. האבן די שטארקייט, און זיך אנטשולדיגן אפענבאר. (מעגליך די שווערסטע רפואה).

ווען דער שלום בית ווערט נישט מסודר

  1. אריינמישן א פראפעסיאנעלן קאנסולטאנט.
  2. דארף איטליכער אפמאכן פאר קאנצעסיעס. ער וועט מוזן פארציכטן, כדי צו האבן שלום בית.

אידישקייט

ר' נחמן מברסלב האט געזאגט אז מען דארף זייער האלטן חשוב די פרוי, מען דארף איהר מכבד זיין מיט אלעס מעגליך, ווייל די פרויען ליידען פון אונזער וועגן, צער פון שוואנגערן, צער פון געבורט, צער פון גידול בנים. און נאך. אויך האט ער געזאגט אז עס דאס וואס יונגעלייט נאך די חתונה האבן נישט קיין שלום בית, דאס קומט פונעם יצר הרע, ער וויל זיי זאלן נישט לעבן גוט מיט זייער פרוי, אזוי ארום וועט ער קענען מאכן אז דער מאן זאל זינדיגן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!