רוי:מאריס הירש

ווערסיע פון 19:50, 25 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "היינטיק" ב־"היינטיג")
מאריס הירש

באַראָן משה "מאָריס" הירש (דייטשיש: Moritz Freiherr von Hirsch auf Gereuth‏ מאָריץ פרייהער פאן הירש אויף גערויט; 9טן דעצעמבער 1831 - 21סטן אפריל 1896) איז געווען א יידישער אָליגארך, און א מולטי מיליאָנער פון דייטשלאנד, אָבער האָט געוווינט אין פארשידענע לענדער פון מערב אייראָפּע, ווי פראנקרייך, גרויסבריטאניע, און אין די עסטרייך אונגארישע אימפעריע.

ער האָט זייער געשטיצט און ארויס געהאָלפן די פארפאָלגטע יידן, וואָס זענען אנטלאָפן פון די פּאָגראָמען, וואָס זענען פאָרגעקומען אין די רוסלענדישער אימפעריע, ער האָט געגרינדעט די יק"א, וואָס האָט ארויסגעהאָלפן די מאסן אימיגראציע פון יידן, צו די פאראייניקטע שטאטן, און בעיקר דאָס אויפשטעלן פון קאָלאָניעס אין ארגענטינע, דורכאויס די 19טער י"ה.

ער איז געבוירן צו א רייכע יידישע פאמיליע, אין דער בייערישער הויפּטשטאָט מינכן. ער האט באקומען א טראדיציאנעלע דערציאונג, און צו זיין בר מצווה, איז ער געשיקט געווארן לערנען אין בריסל יידישע לימודים. ער האט אבער גענויגט צו געשעפטן, און אין 1851, איז ער געווארן אן איינגעשטעלטער אין א באנק. אין 28סטן יוני 1855, האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון דעם באנק דירעקטאר, קלארא. דעמאלט האט ער געהאט א ריזיקן דערפאָלג געהאט אין זיינע געשעפטן, און האט באקומען די רשות צו לייגן באן ליניעס, איבער די לענג און די ברייט פון אייראפע, אין עסטרייך, אין טערקיי, און אין די באלקאן לענדער, ער האט אויפגעשטעלט די טראנס באלקאן באן ליניע, פון טערקיי קיין מערב אייראפע, וואס איז געווען זייער דערפאָלגרייך, ער האט צוליב דעם, זיך אריבערגעצויגן קיין פאריז, און באקומען פראנצויזישע בירגערשאפט.

ער איז געשטארבן 21סטן אפריל 1896, אין א שטעטל אין סלאוואקיי. זיין ווייב קלארא, וועלכע האט פארגעזעצט ארויסצוהעלפן די פארפאלגטע רוסישע יידן, איז געשטארבן דריי יאר נאך אים 1טן אפריל, 1899.

די פארמעגן וואס זיי האבן פארטיילט, אין זייערע ברייטהארציקע צדקות, איז געשאצט אויף 18 מיליאָן פונט שטערלינג, לויט דעם ווערט פון 19טן יאָר הונדערט, אן אסטראָנאָמישע סומע אפילו פאר היינטיגע צייטן.

ער איז געווען א פילאנטראפ, פון אסאך יידישע ארגאניזאציעס. פאר כל ישראל חברים, האט ער צוויי מאל געגעבן א מיליאן פראנק. פארן פייערונג פון פראנץ יאזעף, אפצייכענענדיק פערציק יאר זינט ער איז געקרוינט געווארן, האט ער געגעבן א האלב מיליאן פונט, אויפצושטעלן מיטלשולן, אין גאליציע און אין בוקאווינא. אויסער דעם האט ער אויסגעגעבן מיליאנען, צו קומען צו הילף די רוסישע פליטים, ער האט אויפגעשטעלט יק"א, מיט א פאנד פון 2 מיליאן פונט, און דערנאך האט ער צוגעגעבן נאך 7, און נאכן טויט פון זיין ווייב, איז די פארמעגן וואס זיי האבן באקומען, געווען 11 מיליאן פונט.

בנימין זאב הערצל, האט זיך געטראפן מיט אים, אבער האט אים נישט איבערצייגט, אין וויכטיקייט פון שטיצן יידישע קאלאנאליזאציע אין פאלעסטינע, ער איז אבער נישט געווען קעגן ציוניזם.

גלייבנדיק אין יידישע ערד ארבעטער, האט ער א סך אינוועסטירט אין יידישע אגריקולטור פרווונגען אין ארגענטינע, און אין ניו דזשערסי. ער האט אויך געהאלפן אויפשטעלן א "פאנד פארן וווילזיין פון יידישן אימיגראנט", וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן די אימיגראנטן, מיט לערנען ענגליש, ווי אויך א שולע צו לערנען א פאך, און אויך געלט שטיצע, די ערשטע צוויי יאר פון אן אימיגראנט אין אמעריקע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!