רוי:רבי יעקב יוסף טווערסקי (לעיקוואד)

ווערסיע פון 23:16, 22 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (תנא קמא האט באוועגט בלאט יעקב יוסף טווערסקי (לייקוואוד) צו יעקב יוסף טווערסקי (לעיקוואד) אן לאזן א ווייטערפירונג: החלפת טקסט – "לייקוואוד" ב־"לעיקוואד")

הרב יעקב יוסף טווערסקי, איז דער רבי פון תולדות מרדכי אין לעיקוואוד, א צווייג פונעם מאנסי-וויזשניצער הויף.

לעבנסגעשיכטע

רבי יעקב יוסף איז געבוירן געווארן אין מאנסי, ניו יארק, צו זיין פאטער רבי אברהם דוב טווערסקי, רב פון רחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי, און צו זיין מוטער מרת ציפורה, עלטסטע טאכטער פון רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון מאנסי. ער האט געהייראט מרת דבורה, טאכטער פון רבי חיים יצחק טווערסקי דער לאיעווער רבי פון בארא פארק.

עטליכע יאר פלעגט ער דינען אלס רב פון מאנסי וויזשניצער חסידים אין לעיקוואוד, דארט וואו ער האט זיך ערווארבן א נאמען, און געווארן זייער באליבט ביי די מיטגלידער פון דער קהילה.

נאך דער פטירה פון זיין זיידן דער וויזשניצער רבי, אין חודש אדר ה'תשע"ט, האט רבי יעקב יוסף אנגעהויבן צו פארברענגן אויך ימים טובים צוזאמען מיט זיין זיידנ'ס חסידים אין לעיקוואד.

י"ז אלול ה'תשע"ט, מיט דער אונטערשטיצונג פון זיין פעטער, רבי ישראל האגער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי און פון די מתפללים פון בית המדרש אין לעיקוואד, איז רבי יעקב יוסף באקרוינט געווארן אלץ רבי פון תולדות מרדכי אין לעיקוואד.

קינדער

  • יוכבד, ווייב פון הרב יוחנן זון פון הרב דוד טווערסקי, אב"ד רחמיסטריווקא ירושלים.
  • הרב יוחנן, האט געהייראט ברכה, טאכטער פון רבי ניסן ראזנבוים, קרעטשנעווער רבי פון ירושלים.
  • הרב משולם זוסיא, האט געהייראט הענא נחמה, טאכטער פון הרב אלישע סעקולא, זון פון אב"ד סאדאוונא, און איידעם פון סטריזאווער רבי'ן.
  • מרגליא, ווייב פון הרב מנחם מענדיל, זון פון הרב ישראל האגער, זון פון רבי פנחס שלום האגער בעל "אור שלום", דער געוועזענר אב"ד וויזשניץ אין בארא פארק.
  • הרב נתן נטע זאב, האט געהייראט חנה מלכה, טאכטער פון רבי שלמה לויפער, אב"ד קראלי אין מאנסי.
  • רבקה, ווייב פון הרב יצחק אייזיק, זון פון רבי ישראל שנעעבאלג, אב"ד באלחאוו אין בארא פארק, און זון פון רבי מענדל שנעבאלג, אב"ד מאנטשעסטער
  • הרב שמואל צבי, איידעם פון הרב פנחס שלום טווערסקי, זון פון רבי ברוך בנציון, אב"ד לאיעוו טשערנאביל פארשעיי.
  • הינדא, ווייב פון הרב משה, זון פון רבי יהושע לייפער, אב"ד עוז והדר טעמעשוואר,און איידעם פון רבי משה ניישלאס.
  • בריינא פריידא, האט געהייראט הרב שמואל צבי, זון פון הרב יוסף גרינפעלד, אב"ד סעמיהאלי עירמאנט, און איידעם פון רבי שלמה לויפער, אב"ד קראלי מאנסי.
  • שפרה
  • סימא מירל
  • דוד
  • אסתר רחל
  • ישראל
  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!