רוי:מחזיק ברכה

ווערסיע פון 16:40, 21 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "↵{{ספרי החיד"א}}" ב־"")

מחזיק ברכה איז א ספר פון חיד"א.

הלכות און פסוקים, לשונות פון ראשונים און פסקי אחרונים אויף גאנץ חלק אורח חיים, און אויף חלק יורה דעה ביז סי' פ"ז

עס האט דערין אסאך הוספות און תיקונים אויפן פריערידגן ספר פון חיד"א ברכי יוסף.


מלחמת ה'

עס איז אינטערעסאנט צו פארצייכנען די פולמוס און קריגעריי דער חיד"א האט געהאט אין זיינע הלכה ספרים מיט הגאון רבי מרדכי כרמי דער מחבר פון ספר מאמר מרדכי אויף שלחן ערוך אורח חיים.

נאך דעם וואס דער חיד"א האט געדרוקט זיין ספר ברכי יוסף אין יאר ה'תקל"ז איז ארויס געקומען ר' מרדכי כרמי מיט זיין ספר מאמר מרדכי ליווארנא ה'תקמ"ד, ווי ער פרעגט אסאך קושיות אויפן חיד"א און אויף זיין ספר. דערויף האט דער חיד"א געענטפערט ווען ער האט געדרוקט זיין ספר מחזיק ברכה א יאר שפעטער ה'תקמ"ה. דער חיד"א ענפטער איהם זייער שארף ער טענה'ט אז ר' מרדכי כרמי איז מזלזל אין כבוד פון פריערדיגע גאונים, אויפן ב"ח און דאס גלייכן ער רעדט אויף זיי מיט זילזול, ווען ער קריגט מיט זיין אין הלכה, רבי מרדכי כרמי ענפערט דעם חיד"א איז א ספעציעלער ספר דברי מרדכי ווי ער ענטפערט צוריק די קושיות וואס דער חיד"א פרעגט. דער חיד"א ענפטערט צוריק אין זיין ספר שיורי ברכה די קשיות וואס רבי מרדכי טענה'ט אויף אים אין דברי מרדכי. למעשה אין אנדערע ספרים זעט מען כמעט נישט אז דער חיד"א זאל ענטפערן רבי מדרכי נאר אין די דריי אויבענדערמאנטע ספרים.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!