דער אייראפעישער פילם מאַרק (EFM), איז דער הויפט מארק פאר פילמען איבער דער גארער וועלט, און איז די וויכטיגסטע ארט פאר די וואס ווילן ארויפארבייטן זייער האנדל אינעם פילם אינדוסטעריע, זיך צו באווייזן ביים מארק, און אנקניפען קאנטאקטן, מיט די געניטע פילם הענדלער, פראדוצירער און פארקויפער צוגלייך.

דער מארק פירט אן מיטן פילם האַנדל דורכאויס דער פולער וואך פון דער בערלינאַלע, און איז דער הויפּט אינדוסטריע באַגעגעניש פאַר דער אינטערנאציאנאלער פילם פאמיליע, וואו פילם הענדלער, פּראָדוצירער, פינאַנצירער און קאָ-פּראָדוקציע אגענטן. עס געפונט זיך אין צענטער פון בערלין אינעם פאטסדאמער פאלאץ, און אין די הונדערטער שטיבלעך דערינען, ווערן אויפגעצייגט הונדערטער סאמע בעסטע פילמען, פון דער לעצטער צייט.

די הויפט פירער פונעם מארק זענען די פירמעס וואס פארקויפן פילמען איבער דער וועלט, און יעדע לאנד איז א באזונדערע פארקויף פראצעס, און זיי זענען אין פארבינדונג מיט די פּי אַר פירמעס, וואס מאכן זיכער אז זייערע ווארע ווערט דערהערט געזען און געשעצט אין יעדע וויכטיגע צייטונג און סאציאלע מעדיע געצייג איבער דער וועלט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!