רוי:יהודה פען

ווערסיע פון 11:20, 13 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײַ" ב־"יי")

יודל (יהודה) פּען (ענגליש: Yehuda Pen; רוסיש: Юрий Моисеевич Пэн) ‏ (5טן יוני 1854 - 28סטן פעברואר 1937) איז געווען א אַ רוסישער און װייסרוסישער מאָלער פון ייִדישן אָפּשטאַם, און דער מאָלעריי-לערער פון מארק שאגאל. ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פון װייסרוסלאַנד.

ביאגראפיע

פען איז געבוירן דעם 5טן יוני 1854 צו אן ארעמער יידישער פאמיליע אין ניי-אַלעקסאַנדער, קאָװנער גובערניע, רוסלענדישע אימפּעריע (איצט זאַראַסיי אין דער ליטװישער רעפּובליק). שפעטער האט ער געוואוינט אין דענענבורג (היינט לעטלאנד). ער האט שטודירט קונסט אין דער פעטערבורגער קונסט אקאדעמיע.

ער איז געווען אַן אָנגעזעענער טוער פונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פון װייסרוסלאַנד אין אָנהײב פונעם 20סטן יאָרהונדערט. אין 1897 האָט ער געגרינדעט אין װיטעבסק אַ פּריװאַטע שולע פון צײכענען און מאָלעריי. עס האָבן זיך ביי אים געלערנט מאַרק שאַגאַל, אָסיפּ צאַדקין, על ליסיצקי און נאָך אַנדערע באַקאַנטע קינסטלער.

פען איז געשטאָרבן דעם 28סטן פעברואַר 1937 אין וויטעבסק, (װייסרוסלאַנד).

גאַלעריע

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!