רוי:פיער זשומייעל

ווערסיע פון 20:11, 11 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יארדאניע" ב־"ירדן")

שייך אלפיער אל זשומייעל (6טן נאוועמבער 1905 - 19טן אויגוסט 1984) איז געווען א פאליטיקער אין לבנון, פון פאך אויס אן אפטייקער, דער גרינדער און פירער פון די פאלאנגען פארטיי. זיינע קינדער באשיר זשומייעל, און אמין זשומייעל, זענען אויפגענומען געווארן אלס פרעזידענטן ביי זיין לעבן. ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו דעם פראנצויזישן מאנדאט און ער האט געוואלט זען א זעלבסטשטענדיק לבנון, און ווי א געניטער פאליטיקער, האט ער געביטן זיינע מיינונגען יעדע וויילע, פון שטיצן די פאלעסטינער, ביזן אריבערגיין אינגאנצן צו ישראלס זייט. ער האט איבערגעלעבט עטליכע אטענטאטן, וואס זענען געווען געצילט קעגן אים.

זיין לעבן

זשומייעל איז געבוירן אין ביקפיא, לבנון דעם 6טן נאוועמבער 1905, צו אריסטאקראטישע עלטערן, וואס האבן געהערט צום עליטע פון דארף. קריסטן וואס געהערן אן צו דער קירכע פון די מאראנען. זיין פאטער און פעטער האבן געמוזט אנטלויפן ביי דער ערשטער וועלט מלחמה קיין עגיפטן, נאכן ווערן באשולדיקט אין זיך קעגן שטעלן די אטאמאנישע אימפעריע. זיי האבן זיך אומגעקערט, ווען די מלחמה האט זיך געענדיקט.

ער האט געלערנט אין קריסטליכע שולעס, און שפעטער האט ער געלערנט, אין די פראנצויזישע פאקולטעט פארמאקאלאגיע, און שפעטער געעפנט אן אפטייק אין ביירוט. אויך האט ער געהאט אן אינטערעס אין ספארט, און ער האט אנגעפירט די לעבאנעזער ספארטלער מאנשאפט צו דער אלימפיאדע אין בערלין, אין יאר 1936. זייענדיק אין דייטשלאנד, האט ער געזען ווי די נאצי רעזשים ארבעט, הגם ער האט זיך קעגנגעשטעלט צו זייער אידעאלאגיע, האט אים שטארק געכאפט די ארגאניזירונג. ווען ער האט זיך אומגעקערט קיין לבנון, האט ער אויפגעשטעלט די פאלאנגען יוגנט באוועגונג, און פארטיי, אויפן געדאנק פון די נאציס.

זיין פארטיי

אין די ערשטע יארן, האט זיין פארטיי נישט געהאט קיין גרויסע איינפלוס אויף די פאליטיק אין לאנד. די פראנצויזן האבן פרובירט צו פארשליסן די פארטיי אין יאר 1937. אין 1943, ווען לבנון איז געווארן זעלבסטשטענדיק, האט די פארטיי געהאט 35,000 מיטגלידער. ביים ערשטן בירגער קריג, אין יאר 1958, האט זיך ארויסגעוויזן די שטארקייט פון זיין פארטיי, ווען ער האט אונטערגעברענגט די פרווו פון די נאסער שטיצער, און קאמיל שאמון איז געבליבן פרעזידענט פון לבנון.

נאכן קליינעם ברודער קריג, איז ער ערוועלט געווארן צום נאציאנאלע קאנגרעס, און האט פארטרעטן א דיסטריקט אין ביירוט, ער האט אנגעהאלטן דעם זיץ ביז צו זיין טויט, אין יאר 1984. אויך האט ער געדינט אלס מיניסטער אין דער רעגירונג, אונטער פארשידענע פאזיציעס. אין די ענדע 1960ער יארן, איז די פאלאנגען פארטיי געווען פון די גרעסטע פארטייען אין פארלאמענט, מיט 9 דעפוטאטן. צוויי מאל האט ער קאנדידירט פארן פרעזידענטשאפט, אבער ער האט פארלוירן אין די וואלן.

לבנון, געפונענדיק זיך נאנט צו ישראל, איז פון שטענדיק אן געווען אריינגעמישט אין ישראל פאלעסטינער קאנפליקט, פיער האט אנגענומען א שטעלונג, וואס לכאורה איז עס קעגן די פאלעסטינער, זאגנדיק אז ער וויל זיין זעלבסטשטענדיק, אן אנדערע פעלקער אדער לענדער, אריינגעמישט אינעם פאליטיק. אסאך האבן געהאלטן אז דאס קומט פון פאטריאטיזם, שפעטער ווען ירדן, האט ארויסגעטריבן די פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע פון איר טעריטאריע, איז פיער געצוואונגען געווען אריינצולאזן די טעראריסטן קיין לבנון. ער האט אונטערגעשריבן א פארשטענדעניש, וואס איז אנגערופן געווארן די קאירא פארשטענדעניש, וואס לאזט די פאלעסטינער קומען אויף לבנון. ווען די פאלעסטינער, האבן אנגעהויבן אטאקירן קריסטליכע צילן, האט פיער אנגעהויבן באוואפענען א קריסטליכע מיליציע גרופע, וואס שפעטער איז דאס עיקר הילף געקומען פון ישראל.

ביי דעם לבנון ברודער קריג, האט ער אנהייב געהאלטן, אז סיריע איז געקומען העלפן לבנון, שפעטער האט ער איינגעזען, אז כאפעז על אסאד האט זיינע אינטערעסן אינעם קריג, האט ער זיך אנגעהויבן פארלאזן בלויז אויף ישראל.

זיינע לעצטע יארן

פיער האט געזען ווי זיין זון באשיר גייט ארויף אויפן בענקל, אבער ער איז אומגעקומען ניין טעג איידער דער איינשווערונג צערעמאניע. פיערס אנדערער זון אמין האט איבערגענומען באשיר, און ער איז געווארן פרעזידענט פון לבנון.

אנהייב איז פיער נישט געווען אין דער רעגירונג פון אמין, ביז יאר 1984, ווען ער האט זיך באטייליקט אין קאנפערענצן אין גענף, און אין לאזען, מיטן ציל ארויסצושיקן די סירישע קרעפטן, און די צה"ל זעלנער, פון לבנון. ערשט דעמאלט האט ער אריינגעטרעטן צו זיין זונס רעגירונג, וואס איז געווארן א פאראייניקטע רעגירונג, אבער יענע יאר 29סטן אויגוסט, איז ער געשטארבן, אין דעם דארף וואו ער איז געבוירן, אלטזייענדיק 78 יאר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!