רבי משה קאהן

ווערסיע פון 16:22, 11 דעצעמבער 2022 דורך מוטל (שמועס | ביישטייערונגען) (דף חדש)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי משה קאהן (געבוירן כ"ט אדר תשי"ד) איז דער ראש ישיבה פון תולדות אהרן.

ביאגראפיע

רבי משה איז געבוירן אין ירושלים צו זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן דער רבי פון תולדות אהרן, און יענטא די איינציגסטע טאכטער פון רבי אהרן ראטה דער מייסד פון חסידות שומרי אמונים. דער סנדק ביים ברית איז געווען רבי משה יהושע האגער ויזשניצער רבי[1] ער הייסט נאך זיין עלטער זיידע רבי משה דייטש פון סיגעט.

ער האט געלערנט אין ישיבת תולדות אהרן. ער האט חתונה געהאט מיט חיה די טאכטער פון רבי יחיאל לייפר דער טעמעשוואר'ער רבי פון ירושלים.

נאך זיין טאטנ'ס פטירה חנוכה ה'תשנ"ז ווען די חסידות האט זיך צוטיילט צווישן זיינע ברידער הרב דוד קאהן און הרב שמואל יעקב קאהן האט ער זיך נישט געמישט אין די מחלוקת, אבער ער איז געבליבן אין קהילת תולדות אהרן, דעמאלטס איז ער געווארן אויפגענומען דורך זיין ברודער דער רבי צו דינען אלטס ראש ישיבה פון ישיבת תולדות אהרן.

הרב משה איז אויך א חבר אין די הנהלה פון מוסדות דיסקין[מקור פארלאנגט].

פון זיינע קינדער

רבי משה האט 15 קינדער, צווישן זיי:

  1. דעמאלטס איז ער געווען דער רב פון שיכון ויז'ניץ