רבי אברהם יצחק קאהן

רבי אברהם יצחק קאָהן (ו' טבת ה'תרע"דכ"ז כסלו ה'תשנ"ז) איז געווען דער גרינדער פון תולדות אהרן חסידות.

געשיכטע

רבי אברהם יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תרע"ד אין שטאט צפת צו זיין פאטער רבי אהרן דוד, און צו זיין מוטער מרת שיינדל ברכה. זיין מוטער איז געווען אן אייניקל פון רבי אברהם יצחק העלער (נאך וועמען ער האט געהייסן), א זון פון רבי שמואל העלער וועלכער איז געווען דער רב פון צפת איבער פערציג יאר. אין תרע"ח האט ער זיך אריבערגעצויגן צוזאמען מיט זיינע עלטערן קיין הוניאד - טראנסילוואניע. דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט רבי ישראל פריינד פון הוניאד וועלכער איז געווען א זון פון רבי אברהם יהושע פריינד, שפעטער איז ער אריבער לערנען א שטיקל צייט ביי רבי יהודה סג"ל ראזנער פון סעקלהיד. דערנאך איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבה פון סאטמארער רב קודם אין קראלי און דערנאך אין סאטמאר, ער איז שטענדיג געבליבן א תלמיד פון סאטמארער רב און איז געווען א גרויסער קנאי און פרומער.

אין שטאט סאטמאר איז ער געווארן נאנט צו רבי אהרן ראטה, און ער פלעגט קומען דארט צום דאווענען און טישן, י"א אלול תרצ"ט האט ער געהייראט זיין רבי'נס טאכטער יענטא (נפטר געווארן כ"ט תשרי תשס"ב), גלייך נאך די חתונה זענען זיי געפארן קיין ארץ ישראל, חודש תשרי האבן זיי געוויילט אויפן שיף, און זיי זענען אנגעקומען כ"ה תשרי ת"ש און זיך באזעצט אין ירושלים.   אין יאר ה'תש"ז, נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי אהרן ראטה, האט די גרויסע מערהייט פון די חסידים אים אנגענומען אלס דער ממשיך פון זיין שווער, און נאר א קליינע צאל האבן אויסגעוועלט אין זיין שוואגער רבי אברהם חיים ראטה איבערצונעמען דער פירערשאפט. אין זיינע טעג האט דער תולדות אהרן הויף זיך אנגעהויבן צו בליען און ער האט פארברייטערט דאס חסידות פון א קליינעם קיבוץ צו א גרויסן חסידות. אין זיינע לעצטע יארן צוליב די ענגשאפט אין ירושלים און צוליב די הויכע פרייזן פון דירות אין ירושלים האט ער געלאזט זיינע חסידים גיין וואוינען אין בית שמש, וואו היינט צו טאגס וואוינען הונדערטער משפחות פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק.  

ער איז נפטר געווארן כ"ז כסלו ה'תשנ"ז און באערדיגט געווארן אין הר הזיתים. נאך איידער ער איז אוועק, דער הויף האט זיך צוטיילט צו צוויי הויפן. די מערהייט חסידים האבן געשטיצט און באקרוינט רבי דעם צווייטן זון רבי דוד, און דער צווייטער טייל פון די חסידים זענען געבליבן פארגלייבט און געטריי צום עלטערן זון רבי שמואל יעקב קאהן, וועלכער האט געגרינדעט און אויפגעשטעלט אן אייגענעם הויף אונטערן נאמען "תולדות אברהם יצחק".

משפחה

הרב אברהם יצחק קאהן האט געהייראט מרת יענטא, די טאכטער פון רבי אהרן ראטה. זיי האבן געהאט זעקס זין און פיר טעכטער:

  דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!