רוי:באגדאד

ווערסיע פון 12:40, 9 דעצעמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידנטום" ב־"אידנטום")
באגדאד
מדינה / טעריטאָריע Flag of Iraq.svg איראק

ֿ

|מאפע= Bagdad.png |מאפע קעפל= באגדאד אין איראק }} באגדאד (אַראַביש: بغداد בַּעְ'דַּאדּ) איז די הויפט שטאט פון איראק. זי האט א מעטראפליטאנער געגנט וואס דינט די אומגעגנט פון א פאפולאציע פון גאנץ באגדאד מיט אירע איבער זיבן מיליאן מענטשן.

זי איז די גרעסטע שטאט אין גאנץ איראק, און די צווייטע גרעסטע שטאט פון דער אראבישער וועלט (נאך קאירא). און די צווייטע גרעסטע שטאט אין דרום-מערב אזיע (נאך טעהראן).

זי איז לאקירט אויפן טיגריס, די שטאט ציילט זיך צוריק לכל הפחות פונעם אכטן יארהונדערט, און מעגליך נאך פאר איסלאמישע צייטן. זי איז איצט אונטער שווערע אטאקעס מצד טעראריסטן פון על קעאידא און סתם דערביטערטע קעגןארטיקע פראקציעס וואס פירן צווישן זיך א ברודער קריג אין די ראמען פון דער איראק מלחמה. מען האט אויפגעשטעלט א גרינע זאנע אין דערמיט ארומגענומען מו א חומה בצורה נישט אריינלאזן די באוואפאנטע זעלבסט מערדער זיך אויפרייסן אין די וויכטיגע רעגירונג געביידעס, אבער די ראקעטן רעגענען טעגליך אויף די פאזיציעס פון די דרויסענדע ווענט.

היסטאריע

בויען די שטאט באגדאד האט געדויערט 4 יאר (ביז 766 לויט דער ציווילער רעכענונג). 100 טויזנט בעלי מלאכה פון די לענג און ברייט פונעם כאליפאט האבן געארבעט צו בויען די שטאט. נאך עטלעכע צענדליקע יארן איז באגדאד געווארן איינע פון די שענסטע שטעט אין דער אראבישער וועלט. ער האט איבערגענומען פון דמשק ווי די הויפטשטאט פון דער איסלאמישער אימפעריע. שוין אין די טעג פון הארון אל-ראשיד'ס מלוכה האט אנגעהויבן די תקופה פון באגדאד'ס שיין, און אין די טעג פונעם כאליף מאמון, דער יורש פון הארון אל-ראשיד'ס טראו, איז באגדאד געווען באוואוסט אין אלע אראבישע לענדער ווי די פראכטפולסטע שטאט אין געביידעס, ווי א רייכער האנדל צענטער, און דער וואוינארט פון די גרויסע אראבישע חכמים.

באגדאד אין ליטעראטור

אסאך פון די מעשיות אין טויזנט און איין נעכט פאסירן אין באגדאד.

קולטור

 
דער איראקישער נאציאנאלער סימפאניע-ארקעסטער, געגרינדעט אין 1959, טרעט אויף ביי א קאנצערט אין איראק אין יולי 2007

באגדאד האט שטענדיג געשפילט א ראלע אין דער ברייטערער אראבישער קולטור-ספערע, און האט בייגעשטייערט עטלעכע אנגעזעענע שרייבער, מוזיקער און וויזועל־ארטיסטן. בארימטע אראבישע דיכטער און זינגער האבן אויפגעטרעטן אין דער שטאט, ווי ניזאר קאבאני, אום קולטום און סאלאה אל-האמדאני.

באגדאדער אידנטום

אין דעם 12טן יארהונדערט (בערך יאר ה'תת"ק) האבן געוואוינט אין באגדאד עטלעכע 40,000 יידן. נאכדעם וואס די מאנגאלן האבן פארטיליקט באגדאד אין יאר 1258 איז געבליבן אין באגדאד נאר א קליינע יידישע קהילה וואס האט זיך פארגרעסערט במשך די יארן.

די יידישע קהילה אין באגדאד בפרט און אין בבל (איראק) אין אלגעמיין איז געווען פון די חשובסטע צענטערס פון תורה אין דעם מזרח אידנטום און אין דער ספרדישער געמיינדע, און האט ארויסגעברענגט גדולי תורה און גדולי פוסקים, צווישן זיי הרב יוסף חיים פון באגדאד (מחבר פון די ספרים בן איש חי, "שו"ת תורה לשמה", "רב פעלים" און נאך) און הרב יעקב חיים סופר פון באגדאד (מחבר פון "כף החיים אויפן טור אורח חיים און יורה דעה, און יגל יעקב על התורה, ועוד).

רבנים

אין די שפעטערדיקע דורות זענען הרב עובדיה יוסף, הרב יצחק ניסים, הרב מרדכי אליהו (געבוירן אין ירושלים אין א באגדאדישער משפחה), הרב יהודה צדקה ראש ישיבת פורת יוסף, הרב סאלמאן מוצאפי, הרב יעקב מוצאפי, און דער גרויסער ספרדישער מקובל הרב יצחק כדורי, און הרב שלום כהן ראש ישיבת פורת יוסף.

אנדערע

משה לוי און דער 12טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, בנימין בן אליעזר איז געווען א כנסת דעפוטאט, און א געוועזענער הויכער אפיציר אין צה"ל.

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!