רוי:סרול בראנשטיין

ווערסיע פון 21:58, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: בֿ ← ב (2), ײַ ← יי (2), ײ ← יי (6), ױ ← וי (5), װ ← וו (16), וווּ ← וואוּ (2))

סרול בראָנשטיין (1913, שטעפענעשט, בעסאַראַביע – 1943, טאַשקענט, ראַטנפאַרבאַנד) – אידישער פּאָעט.

סרול בראָנשטײן איז געבוירן געוואָרן אין אַ פאַמיליע פון אַ בעקער אינעם דאָרף שטעפאנעשט אין דרום-מיזרחדיקן טייל פון בעסאַראַביע, דעמולט אַ געגנט אין רוסלאַנד און יעצט אין מאָלדאָווע. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געוואוינט אין בוקאַרעשט, ווי ר'האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן אין אידישע צייטונגען און זשורנאַלן אין רומעניע, אַריינגערעכנט "די װאָך" (רעדאַגירט פונעם פּראָזאַיִקער משה אַלטמאַן) און "שױבן" (רעדאַגירט דורכן באַרימטן דיכטער און טעאַטער-דירעקטאָר יעקב שטערנבערג). געדרוקט פּאָעזיִע און ליטעראַטור-קריטיק.

זיין ערשט פּאָעזיע ביכל "מאָלדאָװע, מײַן הײם" איז אַרויס אין בוקאַרעשט אין 1938 און די צווייטע זאַמלונג "כ'האָב געעפנט ברײט די טױערן" - מיט אַ יאָר שפּעטער. אין 1940, ווען בעסאַראַביע איז געוואָרן סאָוועטיש, איז בראָנשטיין אַהין קריקגעקומען. ער איז געווען אַ סאָלדאַט אין דער סאָוועטישער אַרמיי בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, פאַרוואוּנדיקט געוואָרן אויפן פראָנט אין 1942 און געשטאָרבן פון די דורכגעשאָסענע לונגען-וואוּנדן אין אַ מיליטער-שפּיטאָל אין טאַשקענט, מיטל-אַזיע (יעצט אין אוזבעקיסטאַן) דעם ווינטער 1943.

כ'שלעפּ אַרום אַ זאַק מיט בײנער
אױף די גאַסן צו פאַרקױpן
קײנער אָבער װיל בײַ מיר די סחורה קױpן
קײנער
פּאַרדאָן, כ'האָב יאָ אַ קונה אױף איר געטראָpן
דאַרף ער אָבער בײנער האָבן אמתדיקע טױטע
ניט װי מײַנע, לעבעדיקע און באַהױטע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!