רוי:לוד

ווערסיע פון 19:52, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: בֿ ← ב, ײַ ← יי (3))
לוד
Coat of arms of Lod.svg
Downtown area of Lod, Israel 00262.JPG
שטאט צענטער פון לוד
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
ראַיאָן צענטער
בירגערמייסטער יאיר רביבו
שטח 12.226 קוואדראט ק"מ
הייך 65 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

71,060‏  (שטייענדיג 2012)
5,726 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+2

לוד (אַראַביש: اللد אַל-לוד) איז א שטאָט אין דעם צענטער דיסטריקט פון ישראל. זיין שטח איז גרויס 12,226 דונאם. ס'האט מיט זיך אסאך היסטאריע, לויטן סטאטיסטיק דעפארטמענט (צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק) פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין לוד 66,600 איינוואינערס. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0 פראצענט. רוב זענען אידן. אבער ס'איז דא אסאך שלעגערייען צווישן די אראבער מיט זייערע שכנים, ס'איז באוויסט אלץ די קעפיטאל פאר דראג'ס, מ'שלאגט זיך דארט אפילו די פרומע מיט זייערע בתי מדרשים.

די שטאט האט נישט קיין געוויילטן שטאטראט, נאר א קאמיטעט באשטימט פון דער רעגירונג. דער פארזיצער איז מאיר ניצן.

לעבן לוד געפינט זיך בן גוריון פליפעלד, דאס גרעסטע אינטערנאציאנאלע פליפעלד אין ישראל.

לוד ווערט גערעכנט איינע פון די עלטסטע שטעט אין דער וועלט.

געאגראפיע

די שטָט לוד ליגן אין דעם צענטער פון א טאל, באקאנט אלס דער אונו טאל אָדער "שפלת לוד" אין דעם לשון פון דער משנה. רוב פונעם טאָל איז פלאך, אָבער נישט אינגאנצן גראד אזוי קען דאס רעגנוואסער אפרינען אין דעם אילון טייך.

אוראלט לוד ליגט ביים דרום ברעג פון נחל אילון, בשעת מאָדערנער לוד פאשפרייט זיך נאך מער דרום. אזוי ווי לוד ליגט אין א טאָל אָן נאַטירלעך שוץ, איז ער געווארן זייער גרינג צו ווערן איינגענומען.

געשיכטע

לוד איז שוין באזעצט געווארן אין אוראלטע צייטן, און איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין לאנד, וואו עס האט נישט אויפגעהערט א יישוב פון מענטשן. מען האט געפינען איבערבלייב פון א יישוב אין דער נייער שטיין עפאכע. פון דעם איבערבלייב ווייזט אויס אז די באוואוינער פון לוד אין יענע צייטן האבן געוואוינט אין הייזער געמאכט פון ליים און געארבעט די ערד מיט מעטאַלע געצייַג. די הויפט פראדוקטן וואס זיי האבן געוואקסן זענען ווייץ, גערשטן און לינזן. אין דערצו, האבן זיי געהאלטן סטאדעס פון שאף.

לוד איז שפעטער געווארן דער גרעסטער און מערסט אנטוויקלטער יישוב אין דעם געגנט.

שטאט עמבלעם

דעם שטאט עמבלעם האט געפלאנעוועט דער אַרכיטעקט און אינזשעניר וואָלף פּעווסנער. דער עמבלעם איז כּולל עטלעכע מאטיפן:

  • צוויי מאַסלינע צווייגן - סימבאליזירט די פילע מאַסלינע וועלדלעך וואָס זענען געווען אַ וויכטיקן באשטאנדטייל פון דער שטאָט'ס עקאנאמיע אין דער פאַרגאַנגענהייַט.
  • דער פסוק "ושבו בנים לגבולם" און די קינדער וועלן אומגעקערן צו זייער גרענעץ (ירמיהו קאפיטל לא, טו) סימבאליזירט א שטאט וואס נעמט אויף אימיגראנטן.
  • אן אַנטיקער טויער - אַ סימבאָל פון דער שטאט'ס לאנגע היסטאריע.
  • א געאקערט פעלד - סימבאליזירט די לאַנדווירטשאַפטלעכע סביבה וואו די שטאָט ליגט.
  • א גרויסער בוים.

צווילינג שטעט

זעט אויך

וועבלינק


מוסטער:שטעט אין ישראל

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!