רוי:רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי

ווערסיע פון 18:16, 8 דעצעמבער 2022 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: פרייטיג ← פרייטאג (2))
טעקע:אמת.JPG
הרב אהרן מנחם מענדל טווערסקי

הרב אהרן מנחם מענדל טווערסקי (געבוירן ח' כסלו ה'תשכ"ב) איז דער עלטסטער זון פון רבי דוד טווערסקי, סקווערער רבי, און מרת חנה חיה, טאכטער פון רבי משה יהושע האגער, דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק. ער ווערט געזען ווי דער ממשיך פון דער סקווערער דינאסטיע, נאך יעצט בחייו פונעם טאטן טוט אים שוין דער טאטע שיקן אויף פארשידענע שליחות'ן און אויפגאבעס.

לעבנסגעשיכטע

הרב טווערסקי איז געבוירן געווארן ח' כסלו תשכ"ב (וואו?).

ב' אדר ה'תשמ"ב האט ער געהייראט זיין שוועסטער קינד מרת חוה רייזל, טאכטער פון רבי מרדכי האגער, דער גרינדער און פריערדיגער רבי פונעם מאנסי-וויזשניצער הויף, וועלכער איז אויך געווען זיין פעטער (איידעם פונעם פריערדיגן סקווערער רבי, רבי יעקב יוסף טווערסקי), און אויך זיין עלטער פעטער (ווייל ער איז א ברודער פון זיין זיידע רבי משה האגער, וויזשניצער רבי אין בני ברק).

ווי אויך ווערט דער קייט ווייטער געצויגן אז זיין עלטסטער זון הרב יעקב יוסף, דאס עלטסטע אייניקל פון סקווערער רבי'ן, איז אן איידעם ביי זיין ברודער וואס זיין טאכטער מרת מרגלית איז דאס צווייטע עלטסטע אייניקל.

ער פלעגט מכבד זיין זיין שווער, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי גאר שטארק. א סאך מאל ווען זיין שווער האט געפירט א טיש פרייטאג צונאכטס, איז ער געגאנגען צופיס קיין מאנסי און טראצדעם וואס דער גאנג איז לאנג און דויערט כמעט א שעה צייט, איז ער נישט געבליבן שלאפן אין מאנסי און ער פלעגט צוריק שפאצירן אהיים קיין שיכון סקווירא גלייך נאכן טיש.

רבי אהרן מענדל פירט זיך אנטייל נעמען אין די פארהערן פון די סקווערער ישיבה בחורים, און זיי ווייסן אז זיי ברויכן זיך גוט צוצוגרייטן צום פארהער (זיי בעטן אז ער זאל נישט מקפיד זיין אויף זיי). אמאל אמאל פירט ער אויכעט פאר די בחורים א באטע אין זיין שטוב פרייטאג צונאכט. במשך פונעם באטע דערציילט ער מעשיות פון צדיקים וואס זייער יארצייט פאלט אויס אין יענע וואך. זייער אפט טרעט ער אויף אין סקווערער בית מדרש און אמאל אמאל אויכעט אין אנדערע בתי מדרשים אין פארשידענע פלעצער.

א באקאנטע עפיזאד ווערט פארציילט, ווען דער לעצטער ליובאוויטשער רבי מנחם מענדל שניאורסאן איז געזעצן שבעה נאך זיין רעבעצין חי' מושקא, האט דער סקווערער רבי געשיקט זיין זון, אהרן מנחם מענדל, מנחם זיין אין זיין נאמען. דאן האט זיך אפגעשפילט אן עפיזאד בנוגע דעם היסטארישן סידור בעש"ט, וואס ליגט אין אוצר חב"ד, און לויט ווי טייל זאגן געהערט דאס פאר סקווער.

קינדער

  • הרב יעקב יוסף, האט געהייראט מרת מרגלית, טאכטער פון זיין פעטער הרב יצחק טווערסקי (זון פון סקווערער רבי'ן און איידעם פון רבי ישראל האגער, וויזשניצער רבי פון בני ברק).
  • מרת מרגלית, די ווייב פון הרב ארי' לייבוש טייטלבוים, זון פון הרב חנני' יו"ט ליפא אב"ד בית אהרן פון וויליאמסבורג
  • הרב חיים מאיר, האט געהייראט מרת רויזא בלומא, טאכטער פון הרב ארי' לייבוש רובין אבד"ק גלאגאוו בארא פארק.
  • הרב יצחק, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת צירל שרה מרים, טאכטער פון זיין פעטער ישראל אליעזר פיש, ביקסאדער רבי פון וויליאמסבורג, און איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, דער פריערדיגער רבי פון וויזשניץ-מאנסי.
  • הרב ישראל, האט געהייראט מרת הענטשא מרים, טאכטער פון ר' יצחק אייזיק שנעעבאלג רב פון מאכניווקע אין וויליאמסבורג (זון פון ר' מענדל פון מאנטשעסטער און איידעם פון ר' נפתלי אריה פון קאלוב)
  • הרב יוחנן פינחס, האט געהייראט מרת מחלה גיטל, טאכטער פון ר' חיים מאיר ערנסטער, וויזשניצער רב אין מאנטשעסטר, זון פון ר' מנחם. ר"י וויזניץ
  • מרת טראני, די ווייב פון הרב יוחנן זון פון איהר פעטער ר' אברהם יושע העשיל זון פון רבי חי יצחק טווערסקי רחמיסטריווקער רבי אין אמעריקע, און איידעם פון סקווערער רבי רבי דוד טווערסקי
  • הרב זאב, האט געהייראט מרת גיטל, די טאכטער פון הרב חיים יחיאל מיכל שפיגל איידעם פון צאנז רבי זצ"ל פון בארא פארק
  • הרב ישעיה משולם זושא, האט געהייראט מרת טראני, טאכטער פון ר' צבי אלימלך האלבערשטאם האדמו"ר מבארנוב אייניקל פון רבי חי יצחק טווערסקי, דער ראחמיסטריווקער רבי פון אמעריקע
  • הרב ברוך שמשון, האט געהייראט מרת מלכה, טאכטער פון רבי אלישע סעקולא, זון פון אב"ד סאדיוונא, און איידעם פון סטריזאווער רבי'ן פון בארא פארק.
  • הרב יששכר דב, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד, מרת ריבה מלכה, טאכטער פון הרב חיים מאיר טווערסקי, זון פון רבי דוד, דער סקווערער רבי, און איידעם פון רבי צבי אלימלך האלבערשטאם דער בארנובער רבי.
  • סימא מירל

וועבלינק

יוטוב, ר' אהרן מענדל אויף א באזוך אין קאנאדע, סיון תש"ע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!