רוי:איסיים
איסײם (גרעכיש: Ἐσσηνοί, Ἐσσαῖοι, צי Ὀσσαῖοι) איז דער נאָמען, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן הײנט אין העברעאיש און אויך אין דער ײדישער שפּראך צו באַצײכענען אַ סעקטע פון זײער פרומע ײדן אין דער צײט פון צווײטן בית המקדש. דער ריכטיקער נאָמען פון דער דאָזיקער סעקטע איז נישט גענוי באַקאַנט.
די סעקטע ווערט דערמאָנט אין די ביכער פון ײדישן פילאָזאָף פילאָן און פלאַוויוס יאָסיפוס, וועלכע האָבן געלעבט צום סוף פון 2טן בית המקדש. אין זײערע ביכער ווערן די איסײם אָנגערופן אויף גריכיש "עסעאָאי" און אויך "עסנאָאי"; אויף לאַטײן בײ פּליניוס הײסן זײ "עסעני". וועגן דער באַדײטונג און אָפּשטאַמונג פון דאָזיקן נאָמען איז פיל געשריבן געוואָרן. טײל גלויבן, אַז דאָס שטאַמט פון אַראַמעאישן וואָרט "אַסיאָ" (דאָקטאָר). ווײל די איסײם פלעגן זיך אויך פאַרנעמען מיט הײלן קראנקע. אַנדערע מײנען, אז דאָס שטאַמט פון וואָרט "חסא", וואָס איז אין דער אַלטסירישער שפּראך דער טײטש פון חסיד. טײל ווילן געפינען אין דעם וואָרט דאָס העברעאישע "צנוע", און דערפון זאָל האָבן געוואָרן אין גריכיש דאָס וואָרט "עסנאָאי"; ווירקלעך געפינען מיר אין דער גמרא דאָס וואָרט "צנועים" צו באַצײכענען זײער פרומע מענטשן.
גלױבנס
וואָס איז געווען די לערע פון די איסײם? אויך דאָס איז נישט גענוי באַקאַנט, הגם פילאָן און יאָסיפוס שרײבן יאָ און זאָגאַר אויספירלעך וועגן דעם; אָבער דאָס וואָס זײ שרײבן איז נישט זיכער, ווײל די איסײם האָבן געהאַלטן זײערע לערעס אין געהײם. פלאוויוס דערצײלט (אין דין אויטאָביאָגראפיע), אַז ער איז געווען בײ זײ אַ קורצע צײט, אָבער דאָס איז געווען וויעיק, כדי זיך צו באַקענען גענוי מיט זײער לערע.
אין אַלגעמײן ווײסט מען, אָז די איסײם האָבן געפירט אַ זײער פרום און מיליק לעבן. זײ האָבן נישט געוואוינט אין די שטעט און נישט פארנומען זיך מיט האַנדל, ווײל זײ האָבן געהאַלטן, אַז דאָס פירט צו שווינדל און צו אַ נישט ערלעך לעבן. זײ האָבן דעריבער געוואוינט נאָר אין די דערפער. און ווי ווײט מעגלעך האָבן זײ איבערהויפּט געוואוינט אָפּגעזונדערט פון די אַרומיקע מענטשן, אַמײסטן אין די ווילדערע געגנטן פון טײך ירדן. זײ האָבן באַאַרבעט די ערד און זיך פאַרנומען מיט מלאכה. געפירט האָבן אַלע איסײם אײן בשותפותדיקע קאַסע, אַ סאָרט קאָמונעלעבן. אַ סך געלערנטע האַלטן אַז די איסײם זענען געווען זײ וועלכע האָבן געוואוינט בײם ים המלח אין קומראן, און האָבן געשריבן די ים המלח מגילות.
יעדנס פאַרמעגן האָט געהערט צו אַלע מיטגלידער. וויפיל אײנער האָט פאַרדינט האָט ער אַרײנגעטראָגן אין דער אַלגעמײנע קאַסע פון דער סעקטע און מיט דער קאַסע האָט אָנגעפירט אַ ספּעציעל דערווײלטער פאַרוואלטער. אַלע האָבן געגעסן צוזאַמען, געוואוינט צוזאמען, און ציוישן זײ האָט געהערשט אַן אויפריכטיקע פרײנטשאַפט. קײן קרבנות אין בית המקדש האָבן זײ נישט געבראכט, ווײל זײ זענען געווען קעגן טויטן לעבענדיקע באַשעפענישן. דאַקעגן פלעגן זײ שיקן אין בית המקדש קטורת (שמעקעדיקע גראָזן). זײ האָבן, וואַרשײנליך, נישט געגעסן קײן פלײש און נישט גיטרונקען קײן ווײן. דער הויפּטשטריך זײערע איז געווען, וואָס זײ האָבן, אין גרעסטן טײל, נישט חתונה געהאַט און נישט געפירט קײן פאַמיליע־לעבן מיט קײן פרוי; אין זײער געזילשאַפט פלעגן זײ צונעמען פרעמדע יונגע מענטשן און זײ מחנך זײן אין זײער לעבן. שבת האָבן זײ אָפּגעהיטן מיט דער אומגעווײלעכסטער גענויקײט, און אַ גאַנצן טאָג פלעגט זײער עלטסטער לערנען פאַר זײ פון זײערע ספרים. זײ האָבן זיך טובל געווען אינדערפרי און מתפּלל געווען מיט דער זון־אויפגאַנג.
וועגן זײערע לערעס גיט איבער יאָסיפוס, אז די איסײם האָבן געגלויבט, אז אַלץ איז פון גאָט, אז דער מענטש האָט נישט קײן פרײען ווילן און אַלץ וואָס געשעט מיט אים איז אַזוי נגזר געוואָרן פון גאָט. זײ האָבן געגלויבט, אַז נאָכן טויט ווערט די נשמה באַפרײט פון קערפּער, ווי אַ פויגל וואָס פליט אַרויס פון שטיע. די איסײם האָבן געלערנט ליב צו האָבן גאָט, צו באַזיגן דעם יצר הרע און ליב צו האָבן מענטשן, נישט צו זײן פאַלש, נישט צו שווערן נאָר זאָגן יאָ — יאָ, נײן — נײן, נישט אונטערצודריקן קײנעם. זײ האָבן אויך נישט אַנערקענט קײן קנעכטשאַפט, ווײל זײ האָבן געהאַלטן, אז אַלע מענטשן זענען באַשאַפן געוואָרן גלײך. זײ האָבן געהאַט געהײמע ספרים, וואָס האָבן אַנטהאַלטן לערעס וועגן דער געטלעכקײט ("מעשה מרכבה" פון דער משנה) און אויך וועגן דער וועלט־שאַפונג (מעשה בראשית). די איסײם האָבן אויך געקענט רפואות דורך פאַרשידענע קרײטעכצער ווי אויך דורך אָפּשפּרעכן מיט הײליקע שמות פון מלאכים. טײל איסײם האָבן אויך געזאָגט נביאות וועגן געשעענישן פון דער צוקונפט, און יאָסיפוס דערצײלט, אַז די נביאות זענען מקוים געוואָרן.
אין שפּיץ פון זײער אָרגאַניזאַציע איז געשטאַנען דער פירער, און אלע האָבן געמוזט אים געהאָרכזאַם זײן. ווען אײנער האָט געוואָלט אָנקומען אין זײער חברה האָט ער געמוזט צוערשט דורכגײן אַ פּראָבע. דער נײאָגגעקומענער האָט באַקומען דרײ זאַכן: אַ לאָפּאַטע צו גראָבן ערד, אַ פאַרטוך און אַ ווײסן כאַלאַט. די ערשטע פּראָבע האָט געדויערט אַ יאָר. אויב ער האָט אויסגעהאַלטן האָט מען אים געפּרואווט נאָך צווײ יאָר און דערנאָך טובל געווען און גענומען פון אים אַ שבועה, אז ער וועט נישט אויסזאָגן קײנעם די סודות פון דער געזעלשאפט, און ער איז געוואָרן א מיטגליד. די מיטגלידער האָבן, לויט פלאַוויוס יאָסיפוסן, זיך געטײלט אין 4 שטופ: 1) קינדער, 2) די דערוואַקסענע אין דער ערשטער פּראָבע־צײט, 3) דערוואַקסענע אין דער צווײטער פּראָבעצײט, 4) די פולשטענדיקע מיטגלידער. אין זײער גרויסער אַכטונג האָבן זײ געהאַלטן משה רבנו, און עס ווײזט אויס, אז משה רבנו האָט געדינט פאר זײ אַלס סימבאָל פון זײער לעבן. זײער צאָל זאָל האָבן באַטראָפן אין דער צײט פון פילאָן לערך 4000. זײ האָבן געוואוינט אַמײסטן אין ארץ־ישראל.
אַנטשטייונג
ווען די איסײם סעקטע איז אַנטשטאַנען איז נישט באַוואוסט. טײל מײנען, אַז דאָס איז גאָר אַן אַלטע סעקטע, וואָס שטאַמט נאָך פון די צײטן פון 1טן בית המקדש, מעגלעך פון די "בני רכב" וואָס ווערן דערמאָנט אין ספר מלכים און אין ירמיה ל"ה אז זײ האָבן געפירט אַ באַשײדן לעבן, ווי אויך פון די "אביונים", וואָס האָבן געהאַלטן, אז אַלע מענטשן זענען גלײך (וועגן די "אביונים" שרײבן מיר אין זוכוואָרט "אביונים"). לויט דער מיעונג פון אײזיק הירש ווײס אין "דור דור ודורשיו" זענען די איסײם אַנטשטאַנען באַלד אין אָנהויב פון צווײטן בית המקדש, פון זײער פרומע ײדן, חסידים און זײער אָפּשײדנקײט פון דער וועלט און פרומקײט האָט זיך נאָך מער פאַרשטאַרקט אין דער צײט פון די חשמונאים (אין דערמיט פון 2טן בית המקדש) ווען עס איז געפירט געוואָרן דער קאַמף קעגן די גזירת שמד אויף ײדן. דאָס ערשטע מאָל ווערן דערמאָנט די איסײם אין דער צײט פון חשמונאים־פירשט יונתן, און דערנאָך ווערן זײ שוין דערמאָנט בײ יאָסיפוסן כסדר, דורך דער גאַנצער צײט פון דער 2טער העלפט פון 2טן בית המקדש, סײ אין זײן בוך "מלחמת היהודים" סײ אין זײן "אלטערטימער". נאָכן חורבן פון 2טן בית המקדש ווערן די איסײם ווײניקער דערמאָנט, און וואַרשײנלעך באַלד דערנאָך זענען זײ פאַרשוואונדן געוואָרן.
איסײם אין קומראן?
פליניוס דער עלטערער האָט רעקאָרדירט אז איסײם האָבן געוווינט בײם ים המלך. א סך דאָקומענטן ווערן אנטדעקט געווארן בײ קומראן לעבן ים המלך. די חבורה וועמענס מיטגלידער האָבן אָנגעשריבן די דאָקומענטן זענען געווען ווי וואס היסטאָריקערס ווײסן וועגן די איסײם. דעריבער, מײנען א סך היסטאָריקערס אז די קומראנערס זענען איסײם, לפּחות א מין איסײם.
די איסײם אין ספרי חז"ל
וועגן דער באַציאונג פון די חכמים אין דער משנה און גמרא צו די איסײם אין די מײנונג בײ די געלערנטע היסטאָריקער צעטײלט. טײל ווילן האָבן, אז די איסײם ווערן דערמאָנט אין דער גמרא צום גוטן, און דאָס זאָלן זײן די "חסידים הראשונים" אין דער משנה ברכות פּרק ה', די "ותיקין" (ברכות ט'), די "טובלי שחרית" (תוספתא ידים), ווי אויך די צנועים. אַנדערע און צווישן זײ אײזיק הירש ווײס האַלטן, אז די חכמי המשנה זענען געווען קעגן די איסײם, און אז קעגן זײ האָט מען דאָס מתקן געווען די תקנות פון טרינקן ווײן בײם בענטשן (ברכות נ"א), מען מעג מטלטל זײן כלים אין שבת (שבת קכ"ב), און די ווערטער אין דער גמרא יבמות ס"ב אז יעדער מענטש מוז חתונה האָבן, ווי אויך די משנה אין סנהדרין פּרק י' "הלוחש על המכה אין לו חלק לעולם הבא" (אז דער וואָס שפּרעכט אָפּ א קראַנקײט וועט נישט קאָבן קײן חלק לעולם הבא).
נאָכן חורבן פון בית המקדש
אלטע היסטאריקערס האבן געהאלט אז די ערשטע קריסטלעכע לערעס שטאַמען פון די איסײם. די פּלע איבערמאָראַליזירנדע שפּריכווערטער פון עוואַנגעליום וועגן דעם, אז אײנער וועט דיר דערלאַנען אַ פּאַטש אין אײן באַק, זאָלסטו אונטערשטעלן די צווײטע, וועגן די אָרימע און דערנידעריקטע, וואָס זײ געהערט דאָס קעניגרײך פון הימל, שטאַמען לויט די היסטאריקערס, פון די איסײם. גרעץ גײט זאָגאַר אזוי ווײט, אז ער זאָגט, אז ישו הנוצרי און זײן לערער יוחנן המטבל זענעך געווען אײנפאַך איסײם (דערפון האָט געשטאַמט דאָס וואָס יוחנן האָט טובל געווען זײנע מענטשן אין ירדן). גרעץ פירט אַדורך אַ גרינטלעכן אַנאַליז פון די ערשטע לערעס פון עוואַנגעליום און די ענלעטע לערעס טון די "איסײם" צום סוף פון 9טן באַנד פון גרעץ אין העברעאיש. היינט מערסטע היסטאריקערס, אבער נישט אלע היסטאריקערס, מיינען אז די איסײם האבן פארשווינדן אינגיכן נאָכן חורבן פון 2טן בית המקדש.
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „איסײם” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!