רוי:שמיני עצרת

ווערסיע פון 02:36, 8 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "„" ב־""")

נאָמען פון 8טן טאָג אין סוכּות (כ"ב תּשרי); איז אַ באַזונדערער יום–טובֿ; אין חומש ױקרא כ"ג, במדבר כ"ט הײסט עס ביום השמיני "עצרת היא“, "עצרת תהיה לכם“; צוליב דעם װאָס ער איז שױן אַ באַזונדערער יום–טובֿ איז די פראַגע צי דאַרף מען זיצן אין סוכּה; חסידים זענען זיך נוהג בײַנאַכט נישט צו זיצן אין סוכּה, נאָר בײַטאָג יאָ צו זײַן אין סוכּה (דער מנהג שטאַמט פון אַלטע צײַטן, זע גמרא סוכּה מ"ז). בײַם דאַװענען אין מוסף זאָגט מען "גשם“. טײל זענען זיך נוהג אין שמיני עצרת צו לײענען "קהלת“. חסידים זענען זיך נוהג בײַנאַכט צו שמיני עצרת אײַנצואָרדענען אין שול "הקפות“.

מוסטער:ייִדישע חגים

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!