רוי:יולי 10
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | |
7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 |
14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 |
21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 |
28 | 29 | 30 | 31 | |||
קאלענדאר פאר 2024 |
דעם 10טן יולי איז דער 191סטער טאג פון יאר (192סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 174 טעג .
היסטארישע געשעענישן
- 1778 - אמעריקאנער אומאפהענגיקייט מלחמה: לואי דער זעכצנטער, מלך פון פראנקרייך, פראקלאמירט מלחמה קעגן בריטאניע.
- 1821 - די פאראייניגטע שטאטן באקומען די הערשאפט איבער שטחים פון פלארידע, וואס זיי האבן אפגעקויפט פון שפאניע
- 1850 - מילארד פילמאר געוויילט דער 13טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
- 1913 - געמאסטן 56.7°C, די העכסטע טעמפעראטור אין דעם מערב האלבקוגל, אין טאל פון טויט אין דעם מאהאווע מדבר
- 1940 - ווישי רעגירונג פון מארשאל פעטען אויפגעשטעלט אין פראנקרייך
- 1973 - די באהאמא אינזלען ווערן אומאפהענגיק פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
- 1991 - באריס יעלצין געוויילט דער ערשטער פרעזידענט פון רוסלאנד
געבוירן
- 1830 - קאמיל פיסארא, פראנצויזישער קינסטלער (געש' 1903)
- 1856 - ניקאלא טעסלא, אמעריקאנער פיזיקער, עלקטרישער אינזשעניר און ערפינדער פון סערבישן אפשטאם, פון די פיאנערן פון אפבייט שטראם (געש' 1943)
- 1920 - אווען טשעמברליין, אמעריקאנער פיזיקער, געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק 1959 (געש' 2006)
- 1927 - דעיוויד דינקינס, בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי
געשטארבן
- 1584 - ווילעם דער שווייגער, פירער פונעם נידערלאנדן אויפשטאנד קעגן דער שפאנישער אימפעריע, דערמארדעט (געב' 1533)
- 1957 - שלום אש, יידיש-שפראך שרייבער, געבוירן אין פוילן (געב' 1880)
פייערטעג
- באהאמא אינזלען - אומאפהענגיקייט טאג (1973)
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: יולי 10 |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!