רוי:מן
מן איז א סארט עסן וואס איז געפאלן אין מדבר פאר די אידן ווען זיי האבן דארטן געוואנדערט אין משך פון פערציג יאר. געגעסן די 40 יאר זייענדיג אין מדבר אויפן וועג פון מצרים קיין ארץ ישראל, די מן האט געהאט אלע טעמים, חוץ געציילטע וואס זענען שעדליך פאר מאנכע מענטשען, די טעם פון די מן האט זיך געטוישט לויט די טראכטונגען פונעם מענטש וואס עסט דאס, עס איז דא א חקירה אין די אחרונים אויב איינער האט געטראכט פון א איסור'דיגע טעם צו עס האט זיך אויך געטוישט דערצו, און צו מען האט עס געמעגט טוהן, ס'איז דא וואס זאגן אז מען האט געמאכט קידוש אויפן מן שבת וויילענדיג אין מדבר.
דער מדרש זאגט אז מיטן מָן זענען מיטגעפאלן טייערע דימאנטן און קריסטאל שטיינער. און אזוי זאגט אויך די גמרא (יומא עה.) אז מיט’ן מָן איז מיטגעקומען שמעקעדיגע בשמים וואס מ’נוצט פאר תכשיטי נשים ווי מ’לערנט פונעם פסוק "או דכו במדכה", וואס מיינט בשמים וואס מ’צושטויסט אין א שטייסל. אן אנדער מאן דאמר אין די גמרא זאגט דארט אז ס’מיינט מיני תבלין (געווירצן) וואס גיבן צו טעם צום געקעכטס.
רבינו אליעזר מגרמייזא זצ"ל שרייבט אין ’פירוש הרוקח’ וז"ל: "אין מדרש חזית (עי’ ילקוט שה"ש רמז תתקפו), שטייט אז דער דער מָן איז געווען 'כמין מתו"ק (546)' און געהאט (546) פארשידענע טעמים, און דאס איז דער באדייט פון ’ופריו מתו"ק לחכי’ (שיר השירים ב:ג), אז דער לשד השמן טוישט זיך צו יעדן טעם. שרייבט אויף דעם הגר"ח פאלאג'י זצ"ל אין זיין ספר ’יפה ללב’ (סי’ א:כד): ס’וואלט מיר נישט געווען א וואונדער צו וועלן זאגן: אז די סגולה פון לייענען יעדן טאג פרשת המָן זאל ברענגען, אז די פרנסה וואס קומט פון באשעפער’ס האנט זאל זיין אזוי זיס ווי האניג, אזוי ווי דער מָן וואס איז געקומען פון באשעפער’ס האנט האט געהאט א טעם כצפיחית בדבש".[1]
רעפערענצן
- ↑ ועעו"ש שהאריך בשבח אמירת פרשת המן בכל יום
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!