רוי:וויליאם ראאן האמילטאן

ווערסיע פון 15:52, 7 דעצעמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{ביא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|מענטשן}}")
וויליאם ראאן האמילטאן
וויליאם ראאן האמילטאן (1805 - 1865)

סיר וויליאם ראאַן האַמילטאן (ענגליש: William Rowan Hamilton; ‏4טן אויגוסט 1805 - 2טן סעפטעמבער 1865) איז געווען אן אירישער פיזיקער, אסטראנאם און מאטעמאטיקער וואס האט וויכטיק בייגעשטייערט צו קלאסישער מעכאניק, אפטיק און אלגעברע. זיינע שטודיעס פון מעכאנישע און אפטישע סיסטעמען האבן אים געברענגט צו אנטפלעקן נייע מאטעמאטישע באגריפן און טעכניקן. זיין גרעסטע ביישטייערונג איז אפשר די ווידער־פארמולירונג פון ניוטאן-מעכאניק אויף האמילטאן-מעכאניק. פון דער דאזיקער ארבעט איז ארויסגעקומען די קלאסישע פעלד־טעאריע פון עלעקטראמאגנעטיזם און די אנטוויקלונג פון קוואנטן-מעכאניק. אין מאטעמאטיק איז ער ברייט באקאנט פאר דער דערפינדונג פון קוואטערניאנען.

וועבלינקען


דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!