מוסטער:אין די נייעס
- אויפ'ן ליסטע פון די 100 מאכטפולסטע רעליגיעזע פערזאנען פון 2022 אין ניו יארק דורך די 'סיטי און סטעיט' מידיע ארגאניזאציע זענען, נומער 4 האדמו"רים מהר"א און מהרז"ל מסאטמאר, און נומער 8 העסקן משה דוד נידערמאן.
- רוסלאַנד-אוקריינע מלחמה: לויט דער פאַרטיידיגונג מיניסטעריום פון די פאַראייניגטע קעניגרייך, האָט די מיליטער פון אוקראינע ביז איצט באוויזן צו באַפרייען 54% פון די טעריטאָריעס פאַרכאפט דורך די רוסישע מיליטער זינט פעברואר 24, 2022
- פראטעסטן קומען פאר אין כינע נאך וואס די ארטיגע שטרענגע קאוויד לאקדאונס האבן פארורזאכט דאס פארברענען פון 10 מענטשן אין שינזשיאַנג.
- די וועלטס גרעסטע אקטיווע וואולקאן, מאַונא לויאַ (אין בילד), האוואי, האט אנגעהויבן אויפרייסן צום ערשטן מאל זינט 1984.
- אַן ערדציטערניש אין אינדאנעזיע'ס מערב דזשאַוואַ ברענגט אום ווייניגסטנס 323 מענטשן און פארוואונדעט מער ווי 7,000 אנדערע.
נפטר געווארן: רבי חנוך ערנטרוי, רבי שרגא פייבל כהן, רבי שלום כהן, רבי יצחק טוביה ווייס