רוי:1943
יאר אין אלגעמיינעם קאלענדאר
1943 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 1943 MCMXLIII |
אידישער לוח | ה'תש"ג - ה'תש"ד |
כינעזישער קאלענדאר | 4639 – 4640 壬午 – 癸未 4640 איז דאס יאר פונעם שאף |
עטיאפישער קאלענדאר | 1935 – 1936 |
פערסישער קאלענדאר | 1321 – 1322 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1361 – 1363 |
1943 איז דאס 43סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. דאס איז א געווענליך יאר, וואס איז 365 טעג. יאנואר 1 1943 לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר פעדערט יאנואר 1 לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר).
געשעענישן
- 13טן פעברואר
- די דייטשער שטעלן א קנס פון צען מיליאן פראנק אויף די יידן פון דזשערבא
- צווייטער וועלט קריג: די רויטע ארמיי באפרייט ראסטאוו
- 4טן מערץ - אנהייב ארויסטרייבן 11,343 יידן פון טראקיע און מאקעדאניע קיין טרעבלינקע
- 8טן מיי - חורבן אייראפע: ווארשעווער געטא אויפשטאנד איינגעפאלן
- 2טן אויגוסט - אויפשטאנד אין טרעבלינקע טויט לאגער
- 1טן סעפטעמבער - נאציס הייבן אן ליקווידירן די ווילנער געטא
- 8טן סעפטעמבער - דווייט אייזנהאוער, גענעראל פון דער אמעריקאנער ארמיי, איז מבשר וועגן וואפן שטילשטאנד מיט איטאליע
- 23סטן סעפטעמבער - די ווילנער געטא ווערט ליקווידירט ווען די יידן ווערן געשיקט צו זייער טויט אין פאנאר און פארניכטונגס לאגערן אין אייראפע.
- 13טן אקטאבער - צווייטער וועלט קריג: די נייע רעגירונג פון איטאליע דערקלערט מלחמה קעגן דייטשלאנד
- 14טן אקטאבער - אויפשטאנד אין סאביבאר טויט לאגער
געבוירן
- 25סטן פעברואר - דזשארדזש האריסאן, זינגער און מיטגליד פון די ביטלס (געש' 2001)
- 29סטן סעפטעמבער - לעך וואלענסא, ארבעטער פירער און פרעזידענט פון פוילן
- 15טן אקטאבער - סטענלי פישער, אנפירער פון ישראל באנק
געשטארבן
- 7טן יאנואר - ניקאלא טעסלא, אמעריקאנער פיזיקער, עלקטרישער אינזשעניר און ערפינדער פון סערבישן אפשטאם, פון די פיאנערן פון אפבייט שטראם (געב' 1856)
- 14טן פעברואר - דויד הילבערט, דייטשער מאטעמאטיקער (געב' 1862)
- 8טן מיי - מרדכי אניעלעוויטש, פוילישער ייד, פירער פונעם ווארשעווער געטא אויפשטאנד (געב' 1919)
- 2טן נאוועמבער - רבי קלונימוס קלמיש שפירא, פוילישער רב און דענקער, רבי פון פיאסעצנא, נפטר אין חורבן אייראפע (געב' 1889)
נאבעל פריזן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!