המכלול שמועס:סקריפטס/אויסלייג/ליסטע

צושטעלן טעמע

אויפ'ן/נאכ'ן ווס. אויפן/נאכן

איז טאקע אויפן/נאכן אומריכטיג אין אידיש? יארן לאנג וואס איך לייג נישט אריין דעם שטרעכל אין די ווערטער. אולי איז עס איבריג? --תנא קמא (שמועס) 21:18, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

מ'קען נישט זאגן ס'איז אומריכטיג. איך לייג יא דאס שטריכל, אבער אסאך אנדערע זעען עס אלס איבריג. הפנים, ביידע זענען גערעכט.--גרשון 28 נאָוועמבער 2022
שלום עליכם. כ'מיין דאס איז מיין ערשטע עריכה דא, אבער האפנטליך נישט די לעצטע... אלנפאלס, כ'מיין אז ס'וואלט ענדערש געווען אן דאס שטרעכל.
אגב, הרב גרשון, פ"וו שרייבט איר נישט (אין עטליכע ערטער): איינס, צוויי און דריי (אן קיין קאמע נאך צוויי)? נייטראלער (שמועס)
דאס ווארט איז שטריכל, דימינוטיוו פון שטריך. אזוי אויך ליכט/ליכטיג, נישט לעכט/לעכטיג. א קאמע פאר דער לעצטער אין א ליסטע איז א באקאנטע מחלוקת. דאס רופט זיך אן אָקספאָרד קאמע, אדער סעריע קאמע. איך באפארצוג יא צו לייגן די אקספארד קאמע, ווי אסאך לינגוויסטן זאגן, וויבאלד דאס גיבט אפטמאל צו אסאך קלארקייט צום טעקסט.

פאלשע טעותים

כ'האב צוגעלייגט עטליכע סופיקסן וכדומה, צב"ש -לעכע, וועלכע קענען אויך זיין אין לעגיטימע אידישע ווערטער (ווי לעכער). דאס דארף מען אינגאנצן נישט אויסשמועסן, אז עס איז בלויז א ראבאטישער געצייג און מ'קען זיך דערויף נישט פארלאזן בלינדערהייט; אבער כ'וויל נישט עס זאל צופיל נערווירן און אזוי וועט מען עס אינגאנצן נישט ניצן. אויב ווערט איר צופיל מאל געשטערט פון עפעס, לאזט אייך הערן און מ'וועט שוקל זיין צי ס'איז יצא שכרו בהפסדו. — צמא לדעתשמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 22:32, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)

צמא לדעת, מ'קען לייגן לעכע מיט א ספעיס נאכדעם, אדער אויף א צווייטן אופן לאזן וויסן אז מ'רעדט נאר פון סוף אין א זאץ.

חזרה לדף המיזם "סקריפטס/אויסלייג/ליסטע".