רוי:רבי יעקב יוסף הערמאן

ווערסיע פון 01:04, 28 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{ייד-ביא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|מענטשן|אידישקייט}}")

יעקב יוסף הערמאַן (ענגליש: Yaakov Yosef Herman; ה'תר"ם, סלוצק - ה'תשכ"ז, ירושלים) איז געווען א חרדישער אמעריקאנער ייד און א פיאנער פון פון חרדישע יידנטום אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. ער איז געווען באוואוסט ווי א גרויסער מכניס אורח, און האט געהיטן כשרות און יידישקייט שטרענג אין א תקופה ווען רוב יידן האבן נישט געהאלטן דערביי. רבי ברוך בער פון קאמעניץ האט אים גערופן דעם "חפץ חיים פון אמעריקע".

זיין טאכטער רוחמה שיין האט געשריבן זיין ביאגראפיע אין דעם בוך אלץ פארן בעל-הבית.

הכנסת אורחים

הערמאן איז געווען א גרויסער מכניס אורח. א סך גרויסע רבנים פון אייראפע זענען געווען אורחים ביי משפחת הערמאן ווען זיי האבן באזוכט די פאראייניגטע שטאטן. צווישן זיי זענען געווען רבי ברוך בער לייבאוויץ, ראש ישיבה אין קאמעניץ, און זיין איידעם רבי ראובן גראזאווסקי, וואס איז געשטאנען ביי די הערמאנס צוויי יאר;[1][2] רבי אליעזר יהודה פינקל, מירער ראש ישיבה;[3] רבי אברהם קאלמאנאוויטש;[3] און רבי אליהו אליעזר דעסלער.[4]

רעפערענצן

  1. Shain 1984, p. 65.
  2. Freund, Rabbi Tuvia (2010). "'He Was All Torah': The visit that left an impression on American Jewry". Hamodia. Retrieved ‏25סטן מערץ 2012. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  3. 3.0 3.1 Shain 1984, p. 58.
  4. Rosenblum 2000, p. 120.

מקורות

דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!