רוי:יצחק ניבארסקי

ווערסיע פון 01:00, 28 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{ייד-ביא-שטומף}}" ב־"{{שטומף|מענטשן|אידישקייט}}")

 

יצחק ניבארסקי (שפּאַניש: Isidoro Niborski; געב' 1947) איז א פארשער און לעקסיקאגראף פון דער יידיש שפראך און א פראפעסאר אין פאריז.

ביאגראפיע

ניבארסקי איז געבוירן געווארן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, אין 1947, א בן־זקונים צו זיינע עלטערן וואס האבן עמיגרירט פון כארזשל, פוילן. זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־וועלטלעכער שול. דעביוטירט מיט לידער אויף ייִדיש אין 1964 אויף די זײַטן פון "יונגער דור". אין 1979 האָט ער עמיגרירט מיט זײַן משפּחה אין פראַנקרײַך. אין 1992 האָט ער געקראָגן דאָקטאָראַט אין אוניווערסיטעט פּאַריז 7. אין 1997 איז אין פּאַריז דערשינען זײַן זאַמלונג פון לידער און פּראָזע "ווי פון אַ פּוסטן פאַס". ייִדיש־לעקטאָר פונעם פראַנצייזישן מלוכה־אינסטיטוט פאַר מיזרחדיקע שפּראַכן און קולטורן. מחבר פונעם ייִדיש־שפּאַנישן ווערטערבוך (צוזאַמען מיט יעקבֿ לערמאַן, בוענאָס־אײַרעס, 1979); ווערטערבוך פון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש (דערשינען דרײַ אויפלאַגעס: פּאַריז 1997, 1999 און 2012); ייִדיש־פראַנצייזישן ווערטערבוך (צוזאַמען מיט בערל ווײַסבראָט און שמעון נויבערג, פּאַריז, 2002). קולטור־טוער בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק. וווינט אין פּאַריז. 

דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!