רוי:קאשע

ווערסיע פון 21:06, 27 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
קאשע

קאַשע (רוסיש: каша) איז אַן אַלטער פרישטאג געקעכץ, געמאַכט פון פארשידענע סאָרט תבואות, געקאָכט מיט מילך אדער וואסער, פון רוסישן אפשטאם. עס איז היסטאריש און כאטש טויזנט יאר אלט און איז איינע פון פריערדיגסטע אייראפעיאישע געקעכצן. אין זיין חשיבות איז עס גלייך נאך ברויט.

אין רוסלאנד, אוקריינע און אין סלאווישער אייראפע ניצט מען דאס ווארט קאשע אלס שם כללי פאר אלע די סארט תבואה (סיריעל) געקעכטצן. אין רוסלאנד און אוקריינע איז דא א באקאנט פאלקס-ווארט בארשט און קאשע, דאס איז אונדזער לעבן.

ביי יודן

דער נאמען איז אריין אין יודיש בלויז פאר א ספעציפישן געקעכץ וואס באשטייט פון גאנצע געבראטענע רעטשקע. דאס ווארט און מאכל איז דערנאך פארשפרייט געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן דורך אשכנזיש-יודישע אימיגראנטן און אריין אינעם אמעריקאנעם-ענגלישן לעקסיקאן. עס איז אויך אריין מיט דעם באדייט אין מאדערנעם העברעאיש. מ'קען קויפן אין די געשעפטן פארטיגע רעטשקע געבראהטן און צוגעגרייגט צום קאָכן אויף דעם אופן, אונטערן נאמען "קאשע - kasha".

דאס געקעכץ פלעהגט מען עסן ביי יודן אינדערהיים אין אייראפע, ספעציעל אין פוילן איז דאס געוועהן שטארק פארשפרייט צוליב וואס עס איז געוועהן פארהעלטנסמעסיג ביליג קעגן אנדערע תבואות. דערפאר האט דאס געהייסן א מאכל פון ארימעלייט.

שבת שירה איז א מנהג אז מען שפרייט אויס קאשע פאר די פייגלעך בשכר וואס זיי האבן אויפגעגעסן דעם מן וואס דתן ואבירם האָבן אויסגעשפּרייט שבת אינדערפרי אין מדבר צו קענען זאגן אז שבת פאלט אויך מן. אין חב"ד פיהרט מען זיך דערפאר צו עסן שווארצע קאשע אום שבת שירה.

אויך אין רוסלאנד איז קאשע געווען א  טאג טעגלעכער מאכל, און באזונדער האט מען שבת מיטאג געגעסן קאשע זופ ביי דער סעודה אין פלאץ ווי די אונגארישע און פוילישע יודן עסן טשאלנט. אין סקווער איז נאך היינט אזוי דער מנהג.

קאשע פאר זיך איז א שווער מאכל, אבער אינעם זופ, איז דאס זייער פיין אפצושווענקען א שווערע סעודה, און עס זעטיגט שטארק.

סארטן

א פאפולערער צוגאב דערצו איז ראזשינקעס.

ארגינעלע פארשפרייטע יודישע קאשע מאכלים זענען קאשע מיט ווערנישקעס און קנישעס געפילט מיט קאשע.

יודישע ווערטלעך

אלס שטארק פארשפרייטער יודיש מאכל, איז עס אריין אינעם יודישן לעקסיקאן פאר פארשידענע אויסדרוקן.

  • וואסער פאר קאשע, זאגט מען ווען איינער איז א בלוטיגער ארימאן אז ער האט ניטאמאהל וואסער פאר אזא ביליג מאכל. אדער ווען איינער מאכט זייער ווייניג געלט זאגט מען "ער פארדינט בלויז וואסער אויף קאשע".
  • ער לאזט זיך נישט שפייען אין קאשע, ווען איינער לאזט זיך מער נישט טרעטן און שטייט אויף זיינע רעכטן.

וועב לינקען