רוי:סאדאם כוסעין

ווערסיע פון 21:01, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
כוסעין אין געריכט אין 2004

סאַדאַם כוסײן (אויף אראביש: صدام حسين عبد المجيد التكريتي) (געבוירן י"ז אייר ה'תרצ"ז ; 28סטן אפריל 1937, צפון איראק30סטן דעצעמבער 2006) איז דער געוועזענער פרעזידענט פון איראק. כוסעין איז אנטלאפן פון מאכט ווען אמעריקע האט אינוואדירט איראק אין מערץ 2003 און האט זיך אויסבאהאלטן אין א לעכל פאר 9 מאנאטן וואו די אמעריקאנער מיליטער האט אים אפגעפונען א לעבעדיגער און גענומען אין ארעסט.

אין 2005 איז ער געשטעלט געווארן פאר יוסטיץ דורך א פאנעל איראקער ריכטער פאר די מארדן פון 148 קורדן אין די שטאט דודזשעיל. אין נאוועמבער 2006 איז ער פארמשפט געווארן צום טויט דורך הענגען. כוסעינ'ס אדוואקאטן האבן פרובירט אפיעלן דעם אורטייל אבער זענען דורכגעפאלן.

אום 30סטן דעצעמבער, 2006, אומגעפער 5:05 צופרי איז סאדאם געהאנגען געווארן אין א איראקער טורמע. ער איז אלט געווען 69 יאר.

ביאגראפיע

סאדאם איז געבוירן אויף די ברעגעס פונעם טיגריס טייך אין 1937 און איז אויפגעצויגן געווארן דורך זיין מאמע און פעטער נאכדעם וואס זיין טאטע האט פארלאזט די פאמיליע עטליכע מאנאטן בעפאר זיין געבורט. עס איז געווען זיין פעטער וועלכער האט געמאכט סאדאם אלס דעם "סאדאם" וואס איז פון אים געווארן. זיין פעטער איז געווען פון די פריע באאט פארטיי שטיצער וועלכער האט געגעבן א שטארקן אידעאלאגישן איינפלוס אויף דעם יונגן סאדאם. ביי די 20 האט סאדאם זיך אנגעשלאסן אין די באאט פארטיי און צוויי יאר דערויף איז ער געווען א טייל פון א געפלאנטן אטענטאט קעגן דעם דעמאלטדיגן איראקער פירער (גענעראל אבדול קארים קאסעם וועלכער האט אונטערגעברענגט די איראקער קעניגרייך א יאר בעפאר). דער פרואוו איז דורכגעפאלן און סאדאם איז אנטלאפן קיין עגיפטן מיט א קויל אין די פיס און האט דארט געוויילט 6 יאר. דארט אין קיירא האט ער אנגעבינדן פריינטשאפט מיט די סי-איי-עי וועלכע האט געשטיצט די באאט פארטיי.

ווען סאדאם איז צוריק קיין איראק האט מען אים אריינגעשליידערט אין טורמע פון וואו ער איז אנטלאפן און זיך ארויפגעארבעט צו ווערן פון די העכסטע אין ראנג פון די באאט פארטיי. ווען די באאט פארטיי האט אונטערגעברענגט די רעגירונג און איבערגענומען די פירערשאפט אין 1968, איז סאדאם געווארן דעפיוטי פרעזידענט און האט געפירט די פארטיי מיט א שטארקן האנט און דערביי געוואונען די צוטרוי פון אנדערע פארטיי פירער.

סאדאם איז געווארן פרעזידענט נאכדעם וואס זיין פארגייער (אכמעד האסעם אל-בקאר) האט אין 79' פרובירט אנקניפן א פאראייניגונג מיט סיריע אין וועלכע דער סיריער פרעזידענט כאפעז על אסאד (טאטע פון היינטיגן פרעזידענט אסאד) וואלט געווארן פרעזידענט פון איראק-סיריע און אל-בקאר דעפיוטי. סאדאם וואלט געפאלן טיפער אין ראנג און דערפאר האט ער זיך ארויסגעשטעלט שארף קעגן דעם פלאן און מיט די הילף פון אנדערע פארטיי מיטגלידער געצווינגן אל-בקאר צו רעזיגנירן און ער איז געווארן פרעזידענט.

אינעם זעלבן טאג פון זיין איינשווערונג האט סאדאם גערופן א פארטיי פארזאמלונג וועלכע ער האט פארלאנגט עס זאל ווערן רעקארדירט דורך ווידעא. אין דער פארזאמלונג האט ער אויסגערופן די נעמען פון 68 פארטיי מיטגלידער וועמען ער האט באצייכענט אלס פאררעטער און די באשולדיגטע זענען ארויסגעפירט געווארן פון זאל אריין אין טורמע. 22 פון די באשולדיגטע זענען שפעטער הינריכטעט געווארן דורכ'ן געריכט.

סאדאם האט אנגעקניפט באציאונגן מיט אינטערנאציאנאלע לענדער און זיך דערווייטערט פון סיריע און איראן. אין יענער צייט האט זיך געקאכט א רעוואלוציע אין איראן אונטער דער שפעטערדיגער פירער כומעיני וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן אין איראק. סאדאם האט פארשיקט כומעיני פון איראק און שפעטער ווען כומעיני איז געווארן פרעזידענט פון איראן האבן אויסגעבראכן קריגערייען ביי די גרעניצן פון איראן-איראק. סאדאם האט דאן אינוואדירט א פראווינץ אין איראן און מיט דעם אנגעצינדן די 8 יעריגע איראן-איראק מלחמה וועלכע האט געקאסט די לעבנ'ס פון אנדערהאלבן מיליאן מענטשן.

צובראכן פון זיין דורכפאל, האט סאדאם געוואלט פארזיכערן דעם גאנצן מיטל מזרח אז ער איז א שטארקער פירער וועלכער ברעכט זיך נישט און האט נישט קיין מורא פון קיינעם. קוים דריי יאר נאך די ענדע פון די מלחמה האט ער אריינגעשיקט זיין מיליטער קיין קאוועיט און געוואלט איבערנעמען קאנטראל פון די אויל קוועלער.

די רעאקציע איז געקומען שנעל און קאאליציע טאנקן באגלייט מיט לופט כוחות האבן פארטריבן זיין מיליטער צוריק אריין קיין איראק און ארויפגעצווינגן סאנקציעס און געעפענט א נאו-פליי זאנע וועלכע איז באוואכט געווארן דורך אמעריקאנער עף-16 קאמפס פליגער ביז די אנהויב פון די איצטיגע מלחמה.

סאדאם'ס רעגירונג איז געפאלן אין די ערשטע טעג פון דער צווייטער גאלף מלחמה און ער איז געגאנגען אין באהעלטעניש פון וואו אמעריקאנער סאלדאטן האבן אים 8 מאנאטן שפעטער ארויסגעצויגן א שמוציגער און באוואקסענער. ער איז געהאלטן געווארן דורך די אמעריקאנער מיליטער און צוויי יאר דערויף איז ער געשטעלט געווארן צום משפט דורך די נייע איראקער רעגירונג'ס הויכע טריבונאל. אום נאוועמבער 2006 האט דאס געריכט אים געפינען שולדיג און די מארד פון 148 מענער און יונגלעך וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן אויף סאדאם'ס באפעלן אלס נקמה פאר אן אטענטאט פרואוו וואס זיי האבן אנגעגרייט קעגן אים אין 1982 ביי א באזוך אין דער צפון שטאט דודזשעיל.

דורכאויס זיין סאדיסטישע פירערשאפט האט ער זיך געשאפן א דור פון פיינט וועלכע האבן נישט געוואלט פארגעסן וואס ער האט געטאן צו זייערע פאמיליעס און א קליינע גרופע פון זיי זענען אנוועזענד געווען דעם פארגאנגענעם שב"ק פארטאגס אלס עדות ווען ער האט געענדיגט זיין לעבן מאכטלאז און אליינס אויפן זעלבן אופן ווי ער האט לאנגע יארן דערשטיקט זיינע אפאנענטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!