רוי:קאמיל פיסארא
קאַמיל פּיסאַראָ (פראַנצױזיש: Camille Pissarro; דעם 10טן יולי 1830 - 13טן נאָװעמבער 1903) איז געװען אַ פּראָמינענטער פראַנצױזישער קינסטלער, אײנער פון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פאָרשטײער פונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלערײַ.
ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפן קאַריבישן אינדזל סענט-טאָמאַס, דעמאָלט אין רשות פון דענמאַרק (איצטער - בתולה-אינדזלען, פאַראײניקטע שטאַטן), אין דער משפּחה פון אַ פאַרמעגלעכן סוחר פון ספרדיש-ייִדישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין פראַנקרײַך.
אין זײַנע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפישע לאַנדשאַפטן (אָפטמאָל מיט געשטאַלטן פון די פּױערים, װאָס האָרעװען אױף די פעלדער). האָט ער אױך געשאַפן מאָלערישע אימאַזשן פון פּאַריזער בולװאַרן.
פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט פּאָל סעזאַן (Paul Cézanne), פּאָל גאָגען (Paul Gauguin), עדגאַר דעגאַ (Edgar Degas), קלאָד מאָנע (Claude Monet), קאַמיל קאָראָ (Camille Corot) און אַנדערע אָנגעזעענע פאָרשטײער פון דער קינסטלערישער סביבה.
ער איז געװען דער אײנציקער קינסטלער, װעלכער האָט אָנטײלגענומען אין יעדער אײנער פון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, װאָס זײַנען פאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.
אין די שפּעטערע יאָרן פון זײַן לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפן געביט פון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פון "פּואַנטיליזם" (Pointillisme) אין זײַנע װערק.
קאַמיל פּיסאַראָ איז נפטר געװאָרן אין 1903 אין פּאַריז. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפן "פּער-לאַשעז" צווינטער.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: קאמיל פיסארא |