רוי:קלאד מאנע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פּיער-אָגוסט רענואַר: קלאָד מאָנע ביים ליינען אַ צייטונג
קלאָד מאָנע: איינדרוק: זון-אויפגאַנג (1872)

קלאָד מאָנע (פראַנצויזיש: Claude Monet; דעם 14טן נאוועמבער 1840 - 5טן דעצעמבער 1926) איז געווען אַ פּראָמינענטער פראַנצויזישער קינסטלער, איינער פון די גרינדערס פונעם אימפּרעסיאָניסטישן נוסח אין מאָלעריי.

ער איז געבוירן געוואָרן דעם 14טן נאָוועמבער 1840 אין פאַריז (פראַנקרייך) אין דער משפּחה פון אַ שפּייזקרעמער. זיין מוטער איז געווען אַ זינגערין.

אין זיינע בילדער האָט קלאָד מאָנע געשילדערט פאַרבנרייכע אימאַזשן פון דער נאַטור, דאָרפישע און שטאָטישע לאַנדשאַפטן. אין 1872 האָט ער געשאַפן זיין באַרימטן לאַנדשאַפט-בילד "איינדרוק: זון-אויפגאַנג" (Impression: soleil levant). אויפן סמך פון אָט דעם טיטל, עס האָט זיך שפּעטער באַוויזן דער נאָמען פון דער גאַנצער אימפּרעסיאָניסטישער קונסט-באַוועגונג.

צווישן 1883 און 1908 איז מאנע געפארן צום מיטלענדישן ים, וואו ער האט געמאלט אנדענקפונקטן, לאנדשאפטן און ים־שאפטן. ער האט געמאלט וויכטיגע סעריעס פון געמעלן אין ווענעציע און אין לאנדאן. זיין צווייטע ווייב, אליס, איז געשטארבן אין 1911, און זיין עלצטער זון, זשאן, איז געשטארבן אין 1914. זיין שנור בלאנש, וואס איז געווען אליסנס טאכטער, האט אכט געגעבן אויף מאנע נאך אליסנס טויט. אין די יארן האט מאנע אנגעהויבן ליידן פון קאטאראקטן אין די אויגן. די געמעלן וואס ער האט דעמאלסט געמאלן זענען א ביסל רויטלעך, וואס איז נארמאל פאר די וואס ליידן פון קאטאראקטן, ווייל זיי זען נישט גוט בלויע קאלירן. אין 1923 האט מען אפערירט אויף אים אוועקנעמען די קאטאראקטן.

קלאָד מאָנע איז געשטאָרבן דעם 5טן דעצעמבער 1926 אינעם שטעטל זשיווערני (Giverny), אין נאָרמאַנדיע. זיין קבר געפינט זיך דאָרטן אויפן קלויסטער-צווינטער.

קלאָד מאָנע: וואַסער-ליליעס (1906)
קלאָד מאָנע: אַ פרוי אין גאָרטן (1867)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!